אַ פֿאַרגעסענע געשיכטע
יונגע לײַט ווייסן איצט אָדער גאָרנישט, אָדער זייער ווייניק, וועגן די באַמיִונגען צו שאַפֿן אַ ייִדישע טעריטאָריע אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, אין אַ ווײַט-מיזרחדיקן עק פֿון רוסלאַנד. אַזוי האָט אין יאָר 1928 באַשלאָסן די סאָוועטישע ריגירונג. טויזנטער ייִדן, סײַ סאָוועטישע, סײַ אויסלענדישע, האָבן פֿאַרבונדן זייער לעבן מיט ביראָבידזשאַן.
אָבער אַ סך הײַנטיקע סטודענטן, ייִדישע בתוכם, איז בכלל ניט אויסגעקומען צו הערן אַזאַ וואָרט: "". מען געפֿינט ניט קיין סימן אין די ייִדישע לערן-פּראָגראַמען וועגן דער געשיכטע פֿון ביראָבידזשאַן.
דעם עלטערן דור, אָבער, איז דאָס וואָרט זייער גוט באַקאַנט. אַ געוויסע צײַט, בפֿרט אין די 1930ער יאָרן, האָט מען זיך מיט ביראָבידזשאַן אַרומגעטראָגן, ווי מיט אַ סגולה פֿאַר שיִער ניט אַלע ייִדישע פּראָבלעמען. אַזוי האָט מען, לכל-הפּחות, געהאַלטן אין די לינקע קרײַזן. אַנדערש איז געווען, פֿאַרשטייט זיך, די באַציִונג צו ביראָבידזשאַן אין די ציוניסטישע קרײַזן. דער סאָוועטישער פּראָיעקט איז דאָך געווען אַ קאָנקורענט פֿאַר די באַמיִונגען צו פֿאַרלייגן אַ יסוד פֿון אַ ייִדישער מדינה אין ארץ-ישׂראל.
ראָמאַנטיק און ייִאוש
די סאָוועטישע רעגירונג האָט צוגעזאָגט, אַז אין דער געגנט פֿון ביראָבידזשאַן וועט אויסוואַקסן אַ ייִדישע רעפּובליק. צו באַקומען דעם סטאַטוס פֿון אַ ייִדישער רעפּובליק, האָט מען דאָרטן געדאַרפֿט האָבן אַ מער-ווייניקער ממשותדיקע צאָל ייִדן. מע האָט דערוואַרט, אַז ניט ווייניקער פֿון 100 טויזנט ייִדישע איבערוואַנדערער וועלן זיך באַזעצן אין דער שטאָט ביראָבידזשאַן און אין די אַרומיקע נײַע ייִשובֿים.
פֿאַר וואָס זשע האָט זיך עס ניט באַקומען?
בגוואַלד האָט מען די ייִדן אַהין ניט געטריבן. אַזוי אַז עס האָט געדאַרפֿט זײַן אַ מאָטיווירונג צו פֿאָרן אַזוי ווײַט, אין אַן אָרט, וווּ מע האָט אַלץ געמוזט אָנהייבן פֿון סאַמע אָנהייב אָן. אַ חוץ קלינישן משוגעת, האָבן צוויי מינים מאָטיווירונגען געקענט אַ שטופּ טאָן מענטשן זיך אַנטשליסן אויף אַזאַ דרייסטן טראָט: ראָמאַנטיק און ייִאוש.
וועגן ראָמאַנטיק, בפֿרט נאַציאָנאַלער ראָמאַנטיק, האָט מען דעמאָלט קיין סך ניט גערעדט און ניט געשריבן. מע האָט זיך געשרעקט אויפֿצוּוועקן נאַציאָנאַליסטישע געפֿילן בײַ די ייִדן. אַ יונגער ייִדישער סאָוועטישער בירגער האָט געדאַרפֿט חלומען ניט אַזוי וועגן אַ ייִדישער רעפּובליק, ווי וועגן אינטערנאַציאָנאַלע סאָוועטישע אינדוסטריעלע בויוּנגען. אין פֿאַרגלײַך מיט אַזעלכע בויוּנגען, איז בידאָבידזשאַן געווען אַ צווייט-ראַנגיקער אָביעקט.
וואָס שייך דעם ייִאוש, איז ער אויך שוין ניט געווען אַזוי שרעקלעך, ווי אין די ערשטע יאָרן נאָך דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע. דעמאָלט זײַנען הונדערטער טויזנטער ייִדן, בפֿרט אין די שטעטלעך, פֿאַרבליבן אין גאַנצן אָן אַ פּרנסה. די שטעטלדיקע בעל-מלאָכות און סוחרים האָבן ניט געקענט געפֿינען פֿאַר זיך קיין אָרט אין דער סאָציאַליסטישער עקאָנאָמיע. אָבער צום סוף פֿון די 1920ער יאָרן איז דער מצבֿ געוואָרן אַ סך בעסער. איידער צו פֿאָרן קיין ביראָבידזשאַן, האָט מען געקענט געפֿינען אַן אַרבעט אין די שטעט.
ראָמאַנטיק און ייִאוש האָבן געקענט ברענגען קיין ביראָבידזשאַן טויזנטער ייִדן פֿון אויסלאַנד, בפֿרט פֿון פּוילן, וווּ דער מצבֿ פֿון ייִדן איז געווען זייער שווער. אָבער די סאָוועטישע וואַכזאַמקייט איז געשטאַנען אויפֿן וועג פֿון אַזאַ איבערוואַנדונג — מע האָט תּמיד מורא געהאַט פֿאַר שפּיאָנען.
קיין אויסוועג איז עס ניט געוואָרן
די סאָוועטישע פּאָליטיק לגבי דער ייִדישער אימיגראַציע האָט זיך אַ ביסל געביטן אין די מיט-1930ער יאָרן. סטאַלין האָט געוואָלט ווײַזן, אַז די סאָוועטישע באַציִונג צו ייִדן איז אין גאַנצן אַנדערש ווי אין היטלערס דײַטשלאַנד. גלײַכצײַטיק, זײַנען ווייניקער איבערקלײַבעריש געוואָרן אַפֿילו די טוער און אָרגאַניזאַציעס, וועלכע האָבן פֿריִער ניט געוואָלט האָבן צו טאָן מיט ביראָבידזשאַן. די ייִדן פֿון דײַטשלאַנד, ווי אויך פֿון פּוילן, ליטע, לעטלאַנד און רומעניע, האָבן געזוכט אַן אָרט, וווּהין מע האָט געקענט עמיגרירן.
די טויערן פֿון די פֿאַראיייקטע שטאַטן זײַנען געווען כּמעט געשלאָסן. ניט קיין גרויסע שפּאַרונעס זײַנען פֿאַרבליבן פֿאַר עמיגראַציע קיין ארץ-ישׂראל און דרום-אַמעריקע. אין דער זעלבער צײַט, האָבן ניט ווייניק ייִדישע אַקטיוויסטן געגלייבט אין דער נייטיקייט פֿון עמיגראַציע, ווי די רופֿאים האָבן אַ מאָל געגלייבט אין דער עפֿעקטיווקייט פֿון בלוטלאָזן. מע האָט געטענהט, אַז מיט דעם פֿאַרקלענערן די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין אייראָפּע, וועט אָפּגעשוואַכט ווערן דער מיליטאַנטישער אַנטיסעמיטיזם.
אין דעם דאָזיקן קלימאַט האָט דער פּאָטענציאַל פֿון ביראָבידזשאַן גענומען אויסצוזען צוציִענדיק. אין מײַ 1936 איז אַהין געפֿאָרן אַדאָלף העלד, אַן אָנגעזעענער טוער פֿון דער ייִדישער אַרבעטער-באַוועגונג אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. העלד האָט אָנגעפֿירט מיט דעם "אַמאַלגאַמייטעד-באָנד" און מיט דער "פֿאָרווערטס"-אַסאָציאַציע. צו זײַן מיינונג האָט מען זיך צוגעהערט.
אין סעפּטעמבער 1936, האָט העלד פֿאַרעפֿנטלעכט אין "פֿאָרווערטס" אַ צאָל אַרטיקלען וועגן זײַן רײַזע. כאַראַקטעריסטיש, אַז — ניט געקוקט אויפֿן אַנטי-סאָוועטיזם פֿון דער צײַטונג — האָט ער זיך ניט שלעכט אָפּגערופֿן וועגן דעם גאַנצן פּראָיעקט. דאָך האָט ער געוואָרנט, אַז קיין גרויסע מעגלעכקייטן האָט עס ניט. ווי מיר ווייסן איצט, איז ער געווען גערעכט. ביראָבידזשאַן איז פֿאַרבליבן אַ טשיקאַווע פֿוסנאָטע אין דער ייִדישער געשיכטע.