ווי מיר האָבן צוגעזאָגט אינעם יאַנואַר־נומער פֿון "ווײַטער", ווערט דער הײַנטיקער נומער כּמעט אין גאַנצן צונויפֿגעשטעלט פֿון די אַרטיקלען, אָנגעשריבן פֿון אונדזערע לייענער אין רוסלאַנד. פֿאַר וואָס דווקא רוסלאַנד? נאָכן אַנטיסעמיטישן פּאָגראָם איבער דער ייִדישער נאַציאָנאַלער קולטור אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, איז דאָס ייִדישע קולטור־לעבן דאָרטן געווען זייער באַגרענעצט פֿון דער מאַכט. די איינציקע צענטראַלע אויסגאַבע אויף ייִדיש, וואָס האָט אָנגעהויבן דערשײַנען אין יאָר 1961, איז געווען דער חודש־זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד" (מאָסקווע); אין ביראָבידזשאַן פֿלעגט אַרויסגיין די צײַטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן". וועגן אַ פּובליקאַציע אויף עבֿרית האָט ניט געקאָנט זײַן קיין רייד. געציילטע מוזיקאַלישע און טעאַטער־אַנסאַמבלען, ס'רובֿ אַמאַטאָרישע, האָבן אין פֿאַרשידענע צײַטן עקזיסטירט אין ווילנע (ליטע), אין קעשענעוו (מאָלדאַוויע), אין מאָסקווע.
סוף 1990ער יאָרן, באַזונדערס, נאָך דעם ווי דער ראַטן־פֿאַרבאַנד איז זיך צעפֿאַלן, האָט זיך דער מצבֿ מיטן אַנטוויקלען דאָס ייִדישע לעבן געביטן צום גוטן, אין די נײַע אומאָפּהענגיקע מלוכות. אַ גרויסע שטיצע — סײַ פֿינאַנציעלע און סײַ גײַסטיקע — האָבן געקראָגן די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, וואָס האָבן אָנגעהויבן וואַקסן, ווי שוועמלעך נאָך אַ רעגן, פֿון אַזעלכע באַקאַנטע ייִדישע אינסטיטוציעס, ווי "דזשוינט", "סוכנות", "ישׂראלדיקער קולטור־פֿאָנד" און אַנדערע.
צו העלפֿן די דאָרטיקע ייִדן אויפֿצושטעלן זייער ייִדיש לעבן, זײַנען אויך געשאַפֿן געוואָרן איבער דער ייִדישער וועלט נײַע אָרגאַניזאַציעס, קלענער אין פֿאַרנעם, אָבער וויכטיקער אין זייער צוגאַנג צו דער ייִדישער אַרבעט און אינטענסיווקייט פֿון זייער הילף. אונדזער שותּף בײַם אַרויסלאָזן די צוויי ווײַטערדיקע נומערן איז די ניו־יאָרקער אָרגאַניזאַציע "קאָמיטעט פֿון ייִדישן אַנטוויקלונג־פֿאָנד". אינעם פֿעברואַר־נומער גייט אַ רייד וועגן צוויי ייִדישע קולטור־צענטערס אין רוסלאַנד — פּעטערבורג און מאָסקווע. אינעם מאַרץ־נומער וועלן מיר דערציילן וועגן דער ייִדישער קולטור־אַרבעט אין אוקראַיִנע.