- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ווי מיר האָבן צוגעזאָגט אינעם יאַנואַר־נומער פֿון "ווײַטער", ווערט דער הײַנטיקער נומער כּמעט אין גאַנצן צונויפֿגעשטעלט פֿון די אַרטיקלען, אָנגעשריבן פֿון אונדזערע לייענער אין רוסלאַנד. פֿאַר וואָס דווקא רוסלאַנד? נאָכן אַנטיסעמיטישן פּאָגראָם איבער דער ייִדישער נאַציאָנאַלער קולטור אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, איז דאָס ייִדישע קולטור־לעבן דאָרטן געווען זייער באַגרענעצט פֿון דער מאַכט. צווישן די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין אַמעריקע, וואָס העלפֿן אויפֿצושטעלן און שטיצן דאָס ייִדישע לעבן אין די איצטיקע לענדער פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, פֿאַרנעמט דער "קאָמיטעט פֿון ייִדישן אַנטוויקלונג־פֿאָנד" (JCDF ,Jewish Community Development Fund in Russia/Ukraine), מיט איר הויפּט־קוואַרטיר אין ניו־יאָרק, אַ באַזונדער אָרט. צו דערוויסן זיך גענויער וועגן דער אַרבעט פֿון דער אינסטיטוציע, האָבן מיר זיך געטראָפֿן מיט איר פֿאַרוואַלטער, ד״ר מאַרטין האָרוויץ. ער רעדט אַ גוטן ייִדיש פֿון דער היים, און אַ גוטן רוסיש, אויסגעלערנט אין סטענפֿאָרד־אוניווערסיטעט. דאָס איז אַ געוויינטלעכער פּעטערבורגער הויף אינעם סאַמע צענטער פֿון דער שטאָט, אַ פּאָר טריט פֿונעם נעווסקי-פּראָספּעקט. אויף דער נאַכט זינגט מען דאָרטן ייִדישע לידער — זיי הערן זיך פֿון די אָפֿענע פֿענצטער אויפֿן ערשטן שטאָק. וואָס טוט דאָ, אין מיטן פּעטערבורג, ייִדיש? דער ענטפֿער איז אַ פּשוטער, אים קען מען באַקומען פֿון אַ שילדל: מע זעט אַ קאָמיש מענטשעלע, וואָס האַלט אַ פֿידל אין איין האַנט און אַ שירעם אין דער אַנדערער האַנט. מיר ביידע, מײַן מאַן אַנדריי און איך, זײַנען געבוירן געוואָרן אין געמישטע משפּחות. אונדזערע מאַמעס, ייִדישע טעכטער, האָבן חתונה געהאַט מיט אַ רוס און אַן אוקראַיִנער. פֿון די ייִדישע צדדים שטאַמען מיר פֿון אַלטע שטעטלעך אין ווײַסרוסלאַנד און פֿון אַ סך ייִנגערע ייִדישע קאָלאָניעס אין קרים. (די דאָזיקע קאָלאָניעס האָבן זיך באַוויזן אין די 1920ער יאָרן, אַ דאַנק דער פֿינאַנציעלער שטיצע פֿון דעם אַמעריקאַנער "דזשוינט".) מיט מײַן מאַן האָב איך זיך באַקענט בעת דעם ערשטן סעמינאַר פֿאַר ייִדישע סטודענטן, וואָס דער מאָסקווער "הלל" האָט דורכגעפֿירט אין יאָר 1995. |