ישׂראל־פֿײַוול מיט זײַן מאַמען באַהערשט די קונסט פֿון קאָמפּיוטערײַ

מיר ביידע, מײַן מאַן אַנדריי און איך, זײַנען געבוירן געוואָרן אין געמישטע משפּחות. אונדזערע מאַמעס, ייִדישע טעכטער, האָבן חתונה געהאַט מיט אַ רוס און אַן אוקראַיִנער. פֿון די ייִדישע צדדים שטאַמען מיר פֿון אַלטע שטעטלעך אין ווײַסרוסלאַנד און פֿון אַ סך ייִנגערע ייִדישע קאָלאָניעס אין קרים. (די דאָזיקע קאָלאָניעס האָבן זיך באַוויזן אין די 1920ער יאָרן, אַ דאַנק דער פֿינאַנציעלער שטיצע פֿון דעם אַמעריקאַנער "דזשוינט".) מיט מײַן מאַן האָב איך זיך באַקענט בעת דעם ערשטן סעמינאַר פֿאַר ייִדישע סטודענטן, וואָס דער מאָסקווער "הלל" האָט דורכגעפֿירט אין יאָר 1995.