ישׂראל־פֿײַוול מיט זײַן מאַמען באַהערשט די קונסט פֿון קאָמפּיוטערײַ
ישׂראל־פֿײַוול מיט זײַן מאַמען באַהערשט די קונסט פֿון קאָמפּיוטערײַ

מיר ביידע, מײַן מאַן אַנדריי און איך, זײַנען געבוירן געוואָרן אין געמישטע משפּחות. אונדזערע מאַמעס, ייִדישע טעכטער, האָבן חתונה געהאַט מיט אַ רוס און אַן אוקראַיִנער. פֿון די ייִדישע צדדים שטאַמען מיר פֿון אַלטע שטעטלעך אין ווײַסרוסלאַנד און פֿון אַ סך ייִנגערע ייִדישע קאָלאָניעס אין קרים. (די דאָזיקע קאָלאָניעס האָבן זיך באַוויזן אין די 1920ער יאָרן, אַ דאַנק דער פֿינאַנציעלער שטיצע פֿון דעם אַמעריקאַנער "דזשוינט".) מיט מײַן מאַן האָב איך זיך באַקענט בעת דעם ערשטן סעמינאַר פֿאַר ייִדישע סטודענטן, וואָס דער מאָסקווער "הלל" האָט דורכגעפֿירט אין יאָר 1995.

אונדזער בכור, ישׂראל-פֿײַוול, איז געבוירן געוואָרן אין מאָסקווע אין 2003. זײַן נאָמען האָט ער באַקומען נאָך זײַנע עלטער-זיידעס: פֿײַוול און ישׂראל-לייב. הײַנט קלינגט עס מאָדנע אין מאָסקווע סײַ פֿאַר ייִדן און סײַ פֿאַר ניט-ייִדן, כאָטש אַמאָל איז ישׂראל-פֿײַוול געווען אַ פּאָפּולערער ייִדישער נאָמען.

מיר רופֿן אונדזער קדישל פֿײַוול, פֿײַוועלע. אַ ייִנגל מיט אַזאַ נאָמען דאַרף פֿאַרשטיין ייִדיש און וויסן "פֿון וואַנען די פֿיס וואַקסן". האָב איך פֿון סאַמע אָנהייב אָן געלערנט מיט אים ייִדיש. איך בין דאָך אַליין אַ לערערקע פֿון ייִדיש אין דעם מאָסקווער הומאַניטאַרן אוניווערסיטעט. מיר ביידע, אַנדריי און איך, האָבן אים געזונגען ייִדישע לידער, וויגלידער, געשפּילט "פּאַטשי, פּאַטשי הענטעלעך" און אַנדערע קינדערשפּילן.

מײַן מאַן פֿאַרשטייט ייִדיש און קען לייענען, אָבער רעדן רעדט ער ניט. דערפֿאַר איז ייִדיש ניט קיין גערעדטע שפּראַך אין אונדזער משפּחה. דאָס מאַכט אַנדערש דעם גאַנצן קאָנצעפּט פֿון דערציִען קינדער.

פֿײַוועלען האָבן מיר געלערנט צו פֿאַרשטיין און ענטפֿערן אויף אַזעלכע פּשוטע פֿראַגעס:

"פֿײַוועלע, אַוווּ איז דײַן נעזעלע? צינגעלע? פֿיסעלע? בײַכעלע? קעפּעלע?"

"וווּ זײַנען די ציינדעלעך? די הערעלעך? די בעקעלעך?"

"אָט איז דײַן נעזעלע! צינגעלע! פֿיסעלע! בײַכעלע! קעפּעלע!"

ווען פֿײַוול איז געוואָרן צוויי יאָר אַלט, האָט ער שוין פֿאַרשטאַנען וואָס מע וויל פֿון אים, ווען מע זאָגט: "שטיי אויף", "זעץ זיך", "טאַנץ", "אָט אַזוי".

אין קורצן האָט ער אָנגעהויבן זיך באַשעפֿטיקן מיט ייִדישע קאָמפּיוטער-פּראָגראַמען. אויף אונדזער קאָמפּיוטער האָבן מיר זייער אַ פּשוטע פּראָגראַם. דאָס איז אַ מין דרײַ-שפּראַכיק ווערטערבוך. עס הייסט From Arye to Zebra. פֿײַוול פֿלעגט זיצן בײַם קאָמפּיוטער און איבערחזרן די ווערטער, וואָס דער דיקטאָר האָט געזאָגט: "משׂא-אויטאָ", "טראַקטאָר", און אַזוי ווײַטער.

הײַנט קען ער שוין ייִדישע אותיות. ער האָט ליב זיך צו שפּילן מיט קוביקעס, וואָס האָבן די אותיות. ער האָט אויך ליב צו "לייענען" דאָס באַוווּסטע לערנביכל "אַרעלע" פֿון דער מעקסיקאַנער ייִדישער מחברין פֿריידל גראַפּאַ-סיעלאַק (זען www.arele.yiddish.com.mx ). בײַם אָנהייב האָבן מיר עס געלייענט צוזאַמען. איצט נעמט ער שוין דאָס ביכל אַליין. ער קען זיצן אַ ווײַלע און לערנען עס אויף אַ קול:

"אַלף — אַרעלע, אַראָפּ".

"בית — בער, באָבע". באָבע פֿאַרטײַטשט ער גלײַך אויף רוסיש: "באַבושקאַ".

"גימל — געלט, גיטל".

איך האָב צוגעטראַכט אַ שפּיל, וואָס פֿײַוועלע האָט זייער ליב: "מע גייט" מיט צוויי פֿינגערלעך אַרויף און דערנאָך אַראָפּ דער פּלייצע צו זײַנע פֿיסעלעך, זאָגנדיק: "אַרויף-אַרויף-אַרויף" און "אַראָפּ-אַראָפּ-אַראָפּ".

פֿאַראַיאָרן האָט מײַן שוועסטערקינד פֿון באָסטאָן מיר געבראַכט אַ שיינע מתּנה — אַ ביכל פֿון ביילע שעכטער-גאָטעסמאַן, "מומע בלומע". מיר האָבן עס געלייענט צוזאַמען און דעקלאַמירט אָן אַ שיעור. פֿײַוול האָט עס אויסגעלערנט אויף אויסנווייניק און "לייענט" עס איצט אַליין צו זײַן קליין שוועסטערל, און פֿאַרטײַטשט איר די בילדער: "אַ קעצעלע", "אַ מאַ־אַזאַלע" (מײַזעלע), און אַזוי ווײַטער.

דער מאָסקווער-ירושלימער פֿאַרלאַג "גשרים" האָט אַרויסגעגעבן עטלעכע ביכער אויף ייִדיש, מיט אַ רוסישער איבערזעצונג: "ייִנגל-צינגל-כוואַט" פֿון מאַני-לייב, "מעשׂהלעך פֿאַר קליינע קינדער", "קינדער-וועלט". דאָס אַלץ לייענען מיר מיט אונדזערע קינדער.

מיר דאַכט זיך, אַז אין אַ פּאָר יאָר אַרום וועט דאָ, אין מאָסקווע, זײַן אַן אמתע ייִדיש-פֿרײַנדלעכע סבֿיבֿה פֿון יונגע עלטערן. זי וועט זיך שאַפֿן פֿון יונגע עלטערן, וואָס האָבן געהאַט אַ ייִדישע דערפֿאַרונג, ווען זיי זײַנען געווען סטודענטן. ייִדיש און ייִדישע קולטור וועלן זײַן אַ טייל פֿון דער אַטמאָספֿער, אין וועלכער זיי וועלן אויפֿציִען זייערע קינדער. דאָס וועט טאַקע זײַן "אונדזער" המשך, עפּעס וואָס וועט פֿאַראייניקן ייִדישע משפּחות אין מאָסקווע.