|
ד״ר מאַרטין האָרוויץ צו גאַסט אויפֿן סעמינאַר פֿון זונטיק־שולן,
פּעטערבורג, 2005 |
|
צווישן די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין אַמעריקע, וואָס העלפֿן אויפֿצושטעלן און שטיצן דאָס ייִדישע לעבן אין די איצטיקע לענדער פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, פֿאַרנעמט דער "קאָמיטעט פֿון ייִדישן אַנטוויקלונג־פֿאָנד" (JCDF ,Jewish Community Development Fund in Russia/Ukraine), מיט איר הויפּט־קוואַרטיר אין ניו־יאָרק, אַ באַזונדער אָרט. צו דערוויסן זיך גענויער וועגן דער אַרבעט פֿון דער אינסטיטוציע, האָבן מיר זיך געטראָפֿן מיט איר פֿאַרוואַלטער, ד״ר מאַרטין האָרוויץ. ער רעדט אַ גוטן ייִדיש פֿון דער היים, און אַ גוטן רוסיש, אויסגעלערנט אין סטענפֿאָרד־אוניווערסיטעט.
ווי ער האָט אונדז דערציילט, איז דער "קאָמיטעט" געשאַפֿן געוואָרן מיט 17 יאָר צוריק פֿון אַ גרופּע משפּחה־פֿאָנדן. "ניט אַלע ייִדן דאָרט, — דערקלערט ד״ר האָרוויץ, — האָבן געוואָלט פֿאַרלאָזן זייער אַלטע היים, צוליב פֿאַרשידענע סיבות; אָבער זיי האָבן פֿאָרט געוואָלט באַקומען אַ ייִדישע דערציִונג — פֿאַר זיך, פֿאַר זייערע קינדער. זיי האָבן געוואָלט האָבן ייִדישע קורסן, קינדער־גערטנער, מוזיקאַלישע און דראַמאַטישע אַנסאַמבלען, האָבן אַן אָרט, וווּ מע קאָן זיך אויסלערנען אַ ייִדיש וואָרט, אַ ייִדיש ליד."
ד״ר האָרוויץ איז געווען די בעסטע קאַנדידאַטור זיך צו שטעלן בראָש פֿון אַזאַ אָרגאַניזאַציע. די ערשטע צײַט פֿלעגט ער באַזוכן דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד דרײַ מאָל אַ יאָר, פֿאָרן אַזש ביז סיביר, כּדי אויפֿן אָרט, ווי מע זאָגט, זיך באַקענען מיט די ייִדישע אַקטיוויסטן, וואָס האָבן זיך אונטערגענומען צו רעאַליזירן די פּראָיעקטן.
די פֿאַרוואַלטונג פֿונעם "קאָמיטעט" האָט באַשלאָסן צו פֿאַרשפּרייטן איר אַרבעט אין צוויי רעפּובליקן — איצט שוין אומאָפּהענגיקע לענדער — רוסלאַנד און אוקראַיִנע. "מיר האָבן אויסגעשלאָסן די פּערזענלעכע פּראָיעקטן, וואָס האָבן אַ באַגרענעצטן פּראַקטישן פֿאַרנעם, און סאָציאַלע פּראָיעקטן, וואָס פֿאַר זיי דאַרף מען האָבן ריזיקע בודזשעטן. אונדזער ציל איז געווען צו שטיצן דערציִונג־ און קולטור־פּראָיעקטן."
איצט, אומקוקנדיק זיך אויפֿן דורכגעמאַכטן וועג, קאָן מען זאָגן, אַז די אָרגאַניזאַציע האָט אויף דעם דאָזיקן וועג פֿאַרפֿלאַנצט און אַנטוויקלט וויכטיקע צענטערס פֿון ייִדישער דערציִונג און קולטור־אונטערנעמונגען. אין פּעטערבורג איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן אַ גוטער פּעדאַגאָגישער צענטער, וואָס פֿון זײַן דערפֿאַרונג און טעטיקייט געניסן אויך אַנדערע ייִדישע דערציִונג־צענטערס אין רוסלאַנד און אויסער דעם לאַנד. צום ערשטן מאָל אין ראַטן־פֿאַרבאַנד איז דורכגעפֿירט געוואָרן דער פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער קלעזמער־מוזיק — "קלעזפֿעסט", אויך אַ דאַנק די באַמיִונגען פֿונעם פּעטערבורגער ייִדישן קולטור־צענטער, בראָש מיט אַלכּסנדר פֿרענקעל, און אַוודאי דער ממשותדיקער הילף פֿונעם ניו־יאָרקער "קאָמיטעט". דער פּעטערבורגער "קלעזפֿעסט", וואָס קומט שוין פֿאָר דאָס צענטע מאָל, איז געוואָרן אַ מוסטער פֿאַר די קלעזמער־פֿעסטיוואַלן אין אוקראַיִנע און אין אַנדערע לענדער.
מיט באַגײַסטערונג, רופֿט מאַרטין אָן די ייִדישע אַנשטאַלטן, וואָס האָבן זיך פֿאַרוואַנדלט אין וויכטיקע נאַציאָנאַלע אינסטיטוציעס: ייִדישע זונטיק־שולן, אַמאַטאָרישע מוזיקאַלישע אַנסאַמבלען, טעאַטער־קרײַזלעך, קאָמפּיוטער־קלאַסן, וואָס ציִען צו זיך צו די יונגט. עס ווערן צוגעגרייט און אַרויסגעלאָזט לערן־מאַטעריאַלן. שוין אַ היפּשע צײַט פֿירט זיך די אַרבעט איבער אַ פּאָעטישער אַנטאָלאָגיע — איבערזעצונגען פֿון ייִדישע לידער, געשאַפֿן פֿון די פּאָעטן, וואָס זײַנען פֿריִער ניט באַקאַנט געווען דעם רוסישן לייענער, בפֿרט פֿון דער ייִדישער אַמעריקאַנער פּאָעזיע.
צום סוף פֿון אונדזער קורצן שמועס, האָט ד״ר מאַרטין האָרוויץ באַטאָנט: "ייִדיש ציט צו זיך צו די אָרטיקע באַפֿעלקערונג צוליב פֿאַרשידענע סיבות: ערשטנס, זוכט די יוגנט אירע נאַציאָנאַלע קולטורעלע וואָרצלען. צווייטנס, קאָן עס ווערן זייער אַרבעט — אין געביט פֿון מוזיק, פֿאָרשונג, דערציִונג. דריטנס, דינט ייִדיש ווײַטער ווי אַן אינטערנאַציאָנאַלער שפּראַך־פֿאַרמיטלער, באַזונדערס, בעת די קלעזמער־פֿעסטיוואַלן איבער דער וועלט. אינטערעסאַנט, אַז דער געמיש פֿון ניט וויסן גאָרניט וועגן דער ייִדישער קולטור און דער ענטוזיאַסטישער נײַגער זיך צו דערוויסן וועגן דעם, ברענגט צו מאָל אויסערגעוויינטלעכע רעזולטאַטן."