די לערער פֿונעם געמיינדע־צענטער באַטראַכטן דעם פּלאַן פֿונעם ייִדיש־לימוד
די לערער פֿונעם געמיינדע־צענטער באַטראַכטן דעם פּלאַן פֿונעם ייִדיש־לימוד
‫פֿאָטאָ:מיכאַיִל חפֿץ

דאָס איז אַ געוויינטלעכער פּעטערבורגער הויף אינעם סאַמע צענטער פֿון דער שטאָט, אַ פּאָר טריט פֿונעם נעווסקי-פּראָספּעקט. אויף דער נאַכט זינגט מען דאָרטן ייִדישע לידער — זיי הערן זיך פֿון די אָפֿענע פֿענצטער אויפֿן ערשטן שטאָק. וואָס טוט דאָ, אין מיטן פּעטערבורג, ייִדיש? דער ענטפֿער איז אַ פּשוטער, אים קען מען באַקומען פֿון אַ שילדל: מע זעט אַ קאָמיש מענטשעלע, וואָס האַלט אַ פֿידל אין איין האַנט און אַ שירעם אין דער אַנדערער האַנט. דער שירעם האָט אַ פֿאָרעם פֿון אַ מגן-דוד. הקיצור, דאָ געפֿינט זיך דער ייִדישער געמיינדע-צענטער פֿון פּעטערבורג. דאָס איז אויך דער הויפּט-צענטער פֿאַר אויפֿלעבן ייִדיש אין דער אַלטער רוסישער קרוינשטאָט, ווי אויך פֿאַר אויפֿלעבן די שפּראַך אין רוסלאַנד בכלל.

* * *

ייִדיש אין פּעטערבורג איז אַ גרויסע און קאָמפּליצירטע טעמע. פֿון איין זײַט, איז די מאַכטהאָבערישע און קאַלטע קרוינשטאָט פֿון דער רוסישער אימפּעריע געווען פֿאַרמאַכט פֿאַר ס׳רובֿ ייִדן אַזש ביז דער רעוואָלוציע אין פֿעברואַר 1917. די געציילטע ייִדן, וואָס מע האָט זיי דערלויבט צו באַזעצן זיך אין פּעטערבורג, פֿלעגן גיך אַריבערגיין אויף רוסיש. זיי האָבן געוואָלט זיך אײַנשליסן אין דעם רוסישן קולטור-לעבן, ווערן אַ טייל פֿונעם רוסלענדישן עליט. קיין חידוש ניט, אַז אין רוסלאַנד איז די פּעטערבורגער קהילה געווען די סאַמע אַסימילירטע.

פֿון אַן אַנדער זײַט, איז די קרוינשטאָט געווען דער צוציִונג־צענטער פֿאַר די ייִדישע אינטעלעקטואַלן. מיט פּעטערבורג זײַנען פֿאַרבונדן אַ סך וויכטיקע געשעענישן אין דער געשיכטע פֿון ייִדישער ליטעראַטור, טעאַטער און מוזיק. אין 1881 האָט דאָ אָנגעהויבן אַרויסגיין די צײַטונג "ייִדישעס פֿאָלקסבלאַט", דעמאָלט די איינציקע צײַטשריפֿט אויף ייִדיש אינעם גאַנצן לאַנד. שלום-עליכמס דערציילונגען, וואָס זײַנען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין דער צײַטונג, האָבן פֿאַרן שרײַבער געעפֿנט אַ וועג צו זײַן שפּעטערדיקער וועלט-באַרימטקייט. אין 1903 האָט מען דאָ דערלויבט אַרויסצוגעבן די צײַטונג "דער פֿרײַנד", וואָס איז געוואָרן דער אָנהייב פֿון דער טעגלעכער ייִדישער פּרעסע אין רוסלאַנד.

אין 1881 און 1882 זײַנען די פּעטערבורגער גאַסטראָלן פֿון אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס טעאַטער געוואָרן אַ וויכטיקער עטאַפּ אין דער געשיכטע פֿון דער ערשטער פּראָפֿעסיאָנעלער טרופּע, וואָס האָט געשפּילט אויף ייִדיש. אין 1918, שוין נאָך דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע, איז אין פּעטראָגראַד (אַזאַ "ניט-דײַטשישן" נאָמען האָט די שטאָט באַקומען בשעת דער ערשטער וועלט-מלחמה) געשאַפֿן געוואָרן אַ ייִדישע טעאַטראַלע סטודיע. זי איז אין קורצן אַריבערגעפֿאָרן קיין מאָסקווע און איר איז באַשערט געווען צו ווערן די צענטראַלע ייִדישע טעאַטראַלע אינסטיטוציע אין ראַטן-פֿאַרבאַנד.

אין די סאָוועטישע צײַטן איז די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון דער שטאָט היפּש אויסגעוואַקסן. אָבער לענינגראַד, ווי די שטאָט האָט דעמאָלט געהייסן, איז געווען אויף דער פּעריפֿעריע פֿון ייִדישן קולטור-לעבן. נײַע מעגלעכקייטן האָבן זיך באַוויזן נאָר צום סוף פֿון דער סאָוועטישער ממשלה און, נאָך מער, אין די 1990ער יאָרן. דעמאָלט האָט מען טאַקע געשאַפֿן דעם ייִדישן געמיינדע-צענטער, וואָס האָט פֿאַראייניקט די ענטוזיאַסטן פֿון ייִדיש.

* * *

ייִדיש שפּילט די צענטראַלע ראָלע אין אַלע פּראָגראַמען פֿון דער אָרגאַניזאַציע. עס אַרבעטן שפּראַך-קלאַסן פֿאַר דערוואַקסענע. ייִדישע לידער זינגט דער יונגטלעכער פֿאָלקלאָר-כאָר "זמירות" און דער קינדער-כאָר "ניגון". ס׳איז דאָ אויך אַ קלעזמער-קאַפּעליע. מיט ייִדיש און ייִדישע לידער באַקענט מען זיך אין דעם משפּחה-קעמפּ בשעת די שול-וואַקאַציעס. ניט צופֿעליק הייסט דער דאָזיקער קעמפּ "קלעז-שטעטל".

די ביבליאָטעק פֿון דעם געמיינדע-צענטער האָט אַ גרויסן אָפּטייל פֿאַר ביכער אויף ייִדיש. אין דער פֿאַרלעגערישער טעטיקייט פֿונעם צענטער פֿאַרנעמט ייִדיש אַ וויכטיק אָרט. ס׳איז כּדאַי צו דערמאָנען דאָס זאַמלבוך "ייִדישע ביכער פֿונעם רעפּערטואַר פֿון נחמה ליפֿשיץ", אַ מאָנאָגראַפֿיע וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדישן טעאַטער אין פּעטערבורג, ווי אויך עטלעכע ביכער פֿאַר די וואָס לערנען זיך ייִדיש, צי אינטערעסירן זיך מיט ייִדישער מוזיק.

אָבער די סאַמע פּאָפּולערסטע פּראָגראַם פֿונעם צענטער איז, בלי-ספֿק, דער אינטערנאַציאָנאַלער פֿעסטיוואַל פֿון טראַדיציאָנעלער ייִדישער מוזיק "קלעזפֿעסט אין פּעטערבורג". פֿאַראַיאָרן איז ער דורכגעפֿירט געוואָרן צום צענטן מאָל. בײַם אָנהייב איז די אידעע פֿון אַזאַ צונויפֿקומעניש געווען אַ גאַנץ באַשיידענע: צו האָבן אַ לערן-פּראָגראַם פֿאַר די מוזיקער, וואָס וווינען אין פֿאַרשיידענע שטעט פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און אינטערעסירן זיך מיט ייִדישע לידער און ניגונים.

ביסלעכווײַז האָט זיך דער "קלעזפֿעסט" צעוואָקסן אין אַ פּרעסטיזשפֿולן אינטערנאַציאָנאַלן מוזיק-פֿאָרום. אין פּעטערבורג באַגעגענען זיך קלעזמאָרים פֿון כּלערליי לענדער און קאָנטינענטן. זיי קומען אַהער זיך צו טיילן מיט זייער דערפֿאַרונג, זיך אַליין לערנען, אָבער דער עיקר — צו שפּילן צוזאַמען. יעדער טאָג פֿון "קלעזפֿעסט" הייבט זיך אָן מיט אַ ייִדיש-קלאַס. דער קלאַס איז אָבליגאַטאָריש פֿאַר יעדן אָנטיילנעמער.

יעדע וואָך אַרבעט אין דעם פּעטערבורגער געמיינדע-צענטער אַ זונטיק-שול. זי הייסט "אונדזערע מינהגים". דאָס מיינט: "מיר לעבן מיט די מינהגים פֿון אונדזערע עלטער-באָבעס און עלטער-זיידעס!" די קינדער, וואָס קומען אין דער שול, לערנען זיך ייִדיש, ייִדישע לידער, ווײַל דורך לידער קומען די קינדער אין אַ באַריר מיט די ימים-טובֿים, מינהגים און געשיכטע.

די געשיכטע פֿון ייִדיש אין פּעטערבורג שטעלט זיך ניט אָפּ.