די לערער פֿונעם געמיינדע־צענטער באַטראַכטן דעם פּלאַן פֿונעם ייִדיש־לימוד

דאָס איז אַ געוויינטלעכער פּעטערבורגער הויף אינעם סאַמע צענטער פֿון דער שטאָט, אַ פּאָר טריט פֿונעם נעווסקי-פּראָספּעקט. אויף דער נאַכט זינגט מען דאָרטן ייִדישע לידער — זיי הערן זיך פֿון די אָפֿענע פֿענצטער אויפֿן ערשטן שטאָק. וואָס טוט דאָ, אין מיטן פּעטערבורג, ייִדיש? דער ענטפֿער איז אַ פּשוטער, אים קען מען באַקומען פֿון אַ שילדל: מע זעט אַ קאָמיש מענטשעלע, וואָס האַלט אַ פֿידל אין איין האַנט און אַ שירעם אין דער אַנדערער האַנט.