- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
איר זעט פֿאַר זיך דעם לעצטן געדרוקטן נומער פֿון דער פּאַפּירענער צײַטונג "ווײַטער". נאָך פֿינף יאָר פֿון דערשײַנען אין דעם פֿאָרמאַט, האָט די אַדמיניסטראַציע פֿון דער "פֿאָרווערטס־אַסאָציאַציע" באַשלאָסן אַרויסצוגעבן די צײַטונג נאָר אויף אַן עלעקטראָנישן אופֿן. די רעדאַקציע האָפֿט, אַז דער נײַער פֿאָרמאַט וועט דערמעגלעכן צו פֿאַרברייטערן דעם אינהאַלט פֿון "ווײַטער" און פּובליקירן מאַטעריאַלן, געצילט אויף דער לייענערשאַפֿט פֿון פֿאַרשיידענעם צוגרייט־ניוואָ.
די רעדאַקציע וועט זיך באַמיִען עס טעכניש צוגרייטן אַזוי, אַז די לייענער, בפֿרט סטודענטן, זאָלן קענען יעדן אַרטיקל אַליין אָפּדרוקן און זיך מיט דעם באַנוצן אין קלאַס. מיט פֿינף יאָר צוריק האָט דער "פֿאָרווערטס" אָנגעהויבן אַן עקספּערימענט מיט אַרויסגעבן אַ צוגאָב-צײַטשריפֿט, וואָס האָט באַקומען דעם נאָמען "ווײַטער". אין דער לאַנגער געשיכטע פֿון דער צײַטונג "פֿאָרווערטס" זײַנען געווען אַ סך צוגאָב-צײַטשריפֿטן. צו מאָל איז עס געווען נאָך איין ניו-יאָרקער טאָג-צײַטונג, וועלכע מע האָט פֿאַרשפּרייט אין דער פֿרי, בעת די הויפּט־אויסגאַבע, דער "פֿאָרווערטס" גופֿא, פֿלעגט זיך באַווײַזן שפּעטער, אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם טאָג. צו מאָל זײַנען דאָס געווען לאָקאַלע אויסגאַבעס, למשל, אין שיקאַגאָ. עטלעכע זשורנאַלן האָבן זיך באַוויזן, צי טיילווײַז עקזיסטירט, ווי שוועסטער-פּובליקאַציעס פֿון "פֿאָרווערטס". אין ליטעראַטור דעם 7טן דעצעמבער איז געוואָרן 115 יאָר זינט דעם טאָג, ווען ס’איז געבוירן געוואָרן דער דיכטער פּרץ מאַרקיש (1895—1952). געשריבן האָט ער אַ סך און אין פֿאַרשיידענע זשאַנערס — דערציילונגען, ראָמאַנען, פּיעסעס, זשורנאַליסטישע ווערק, אַ קינאָ-סצענאַר. אָבער פּאָעזיע איז געווען זײַן אמתע ליטעראַרישע טעריטאָריע. זײַן שאַפֿערישער וועג האָט זיך אָנגעהויבן אין צוויי שטעט פֿון אוקראַיִנע: יעקאַטערינאָסלאַוו (הײַנט דניפּראָפּעטראָווסק) און קיִעוו. געווען איז עס אין די ערשטע יאָרן נאָך דער רעוואָלוציע אין רוסלאַנד, אין 1917. אין די יאָרן 1921—1926 האָט מאַרקיש געוווינט, דער עיקר, אין פּוילן. דאָרטן איז ער געווען באַקאַנט ווי אַ דיכטער אַ בונטאַר. זײַנע ליטעראַרישע אָוונטן פֿלעגן צוציִען אַ גרויסן עולם. אָבער אים האָט געצויגן צוריק, קיין רוסלאַנד און אוקראַיִנע. מאַרקישן, ווען ער האָט זיך אומגעקערט, האָט מען טאַקע גוט אויפֿגענומען. ער איז אָנערקענט געוואָרן ווי איינער פֿון די פֿירנדיקע ייִדישע שרײַבערס אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז הײַיאָר האָט קיינער ניט אָפּגעמערקט די קײַלעכדיקע דאַטע: דעם 4טן יולי, ווען אין אַמעריקע האָט מען געפֿײַערט דעם טאָג פֿון אומאָפּהענגיקייט, איז געווען אויך אַ וויכטיקער יוביליי אין דער געשיכטע פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער פּרעסע. די רייד גייט וועגן דער צײַטונג "פֿרײַע אַרבעטער-שטימע", וואָס האָט זיך באַוויזן דעם 4טן יולי 1890 און האָט — מיט אייניקע איבעררײַסן — דערלעבט ביזן יאָר 1977. אין די 1970ער יאָרן האָט זי געטראָגן דעם טיטל פֿון דער עלטסטער ייִדישער צײַטונג. די צײַטונג איז געווען אַן אַנאַרכיסטישע. אייניקע פֿון אירע לייענער האָבן געגלייבט אין דער עפֿעקטיווקייט און נייטיקייט פֿון טעראָריסטישע אַקציעס קעגן די "פֿאָרשטייער פֿון קאַפּיטאַל". אָבער די צײַטונג איז געווען פּאָפּולער אויך צווישן אַן עולם, וואָס האָט לחלוטין ניט געהאַלטן פֿון אַזעלכע זאַכן. די "פֿרײַע אַרבעטער-שטימע" האָבן געלייענט די ראַדיקאַלן און סאָציאַליסטן, וועלכע זײַנען געווען אַנטי-מאַרקסיסטן אָדער פּשוט קעגנער פֿון "פֿאָרווערטס". טריִעסט און אָדעס — פֿרײַע פּאָרטן ווען מע טראַכט וועגן איטאַליע, מיינט מען, אַז די ייִדישע קולטור פֿאַרנעמט ניט קיין גרויסן טייל אין דער איטאַליענישער קולטור. כאָטש ס’איז אמת, אַז — אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך אַנדערע אייראָפּעיִשע געזעלשאַפֿטן — איז איטאַליע ניט קיין גרויס לאַנד אויף דער מאַפּע פֿון ייִדיש, האָט די ייִדיש-איטאַליענישע קולטור געשפּילט אַ היפּשע ראָלע אין איטאַליע און מחוץ איטאַליע. דאָס וויכטיקסטע אָרט אין דעם זין פֿאַרנעמט די שטאָט טריִעסט, אין צפֿון-איטאַליע. די שטאָט האָט אין יאָר 1719 באַקומען דעם סטאַטוס פֿון אַ פֿרײַען פּאָרט און האָט געהערט צו עסטרײַך. אַהין זײַנען אָנגעקומען טויזנטער אימיגראַנטן פֿון אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער, זוכנדיק אַרבעט און אַ בעסער לעבן. אַ סך פֿון די איבערוואַנדערער זײַנען געווען ייִדן פֿון אונגערן, פּוילן, פֿאַרשיידענע דײַטשישע מדינות און אַנדערע טיילן פֿון אייראָפּע. די שטאָט האָט נאָך פֿריִער געהאַט אַ ייִדישע באַפֿעלקערונג; די נײַע אימיגראַנטן האָבן זי פֿאַרוואַנדלט אין אַ ייִדיש ייִשובֿ. לאַנדשאַפֿט: וואָרט און בילד אַז מע פֿאָרט פֿון דער "רויך־בוכטע" רייקיאַוויק קיין אַקוריירי, דער קרוינשטאָט פֿון צפֿון־איסלאַנד, און ווײַטער אויף מיזרח, קומט מען צו צום מיוואַטן, דער "קאָמאַרן־אָזערע". דאָרטן פֿליט די וועטשערע גלײַך אין מויל אַרײַן. ווי אַזוי? אויף אַ ראָווער בין איך אַרומגעפֿאָרן די אָזערע און צופֿעליק אַדורכגעפֿאָרן אַ געדיכטן שוואָרעם קאָמאַרן. זיי זענען מיר אַרײַן אין מויל און פֿאַרשטאָפּט די נאָז־לעכלעך. איך האָב שוין מער ניט געוואָלט עסן. דאָרטן איז אויסערגעוויינטלעך שיין: די גרין־באַוואַקסענע פּסעוודאָ־קראַטערס, וואָס דערמאָנען די בילדער פֿון דער לבֿנה, אָדער פֿון מאַרס. זיי זענען געשאַפֿן געוואָרן, ווען די הייסע לאַווע האָט פֿאַרגאָסן די באַוואַסערטע געגנט. אָבער ניט דאָ וועלן מיר זיך אָפּשטעלן, און אויך ניט בײַ הימברימי. מיר פֿאָרן ווײַטער אויף צפֿון צו באַוווּנדערן די פֿומאַראָלעס און ברודיק־שפּרינגענדיקע בלאָטע־טעפּ פֿון קוועראַרענד. דאָרט לײַכט די ערד מיט אָראַנזש און געלן שוועבל־קאָליר. |