עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז הײַיאָר האָט קיינער ניט אָפּגעמערקט די קײַלעכדיקע דאַטע: דעם 4טן יולי, ווען אין אַמעריקע האָט מען געפֿײַערט דעם טאָג פֿון אומאָפּהענגיקייט, איז געווען אויך אַ וויכטיקער יוביליי אין דער געשיכטע פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער פּרעסע. די רייד גייט וועגן דער צײַטונג "פֿרײַע אַרבעטער-שטימע", וואָס האָט זיך באַוויזן דעם 4טן יולי 1890 און האָט — מיט אייניקע איבעררײַסן — דערלעבט ביזן יאָר 1977. אין די 1970ער יאָרן האָט זי געטראָגן דעם טיטל פֿון דער עלטסטער ייִדישער צײַטונג.

די צײַטונג איז געווען אַן אַנאַרכיסטישע. אייניקע פֿון אירע לייענער האָבן געגלייבט אין דער עפֿעקטיווקייט און נייטיקייט פֿון טעראָריסטישע אַקציעס קעגן די "פֿאָרשטייער פֿון קאַפּיטאַל". אָבער די צײַטונג איז געווען פּאָפּולער אויך צווישן אַן עולם, וואָס האָט לחלוטין ניט געהאַלטן פֿון אַזעלכע זאַכן. די "פֿרײַע אַרבעטער-שטימע" האָבן געלייענט די ראַדיקאַלן און סאָציאַליסטן, וועלכע זײַנען געווען אַנטי-מאַרקסיסטן אָדער פּשוט קעגנער פֿון "פֿאָרווערטס".

אַנאַרכיזם האָט געהאַט זייער אַ סך אָנהענגער צווישן ייִדן. באַזונדערס שטאַרק איז די באַוועגונג געווען אין דער ייִדישער אַרבעטער־סבֿיבֿה פֿון ענגלאַנד. פֿון דאָרטן זײַנען שפּעטער קיין אַמעריקע געקומען אייניקע אַנאַרכיסטישע אַקטיוויסטן. אין אַמעריקע האָבן זיך די ייִדישע אַנאַרכיסטישע אָרגאַניזאַציעס באַוויזן, דער עיקר, נאָך די "היימאַרקעט"-געשעענישן אין שיקאַגאָ.

"היימאַרקעט"-געשעענישן

דעם 4טן מײַ 1884, האָבן שטרײַקנדיקע אַרבעטער זיך צונויפֿגעקליבן אין היימאַרקעט-פּלאַץ. זיי האָבן געפֿאָדערט, מע זאָל אײַנפֿירן אַן אַכט-שעהענדיקן אַרבעט-טאָג. ווען די פּאָליציי האָט אָנגעהויבן צעטרײַבן דעם עולם, האָט עמעצער געוואָרפֿן אַ באָמבע. אין דעם אויפֿרײַס און אין די ווײַטערדיקע צוזאַמענשטויסן זײַנען אומגעקומען אַכט פּאָליציאַנטן און אַ צאָל אַנדערע לײַט. באַשולדיקט האָט מען די אַנאַרכיסטן. דער מישפּט האָט אַרויסגערופֿן סימפּאַטיעס צום אַנאַרכיזם מצד טויזנטער מענטשן. אַ שפּור פֿון יענע געשעענישן איז פֿאַרבליבן אין די סאָציאַליסטישע, פּראָלעטאַרישע יום-טובֿים, וואָס מע פּראַוועט נאָך אַלץ אין צענדליקער לענדער דעם 1טן מײַ.

אַנאַרכיסטן פֿון דעם אַלטן שניט האָבן אָפֿט מאָל ניט געהאַלטן פֿון דער צײַטונג "פֿרײַע אַרבעטער-שטימע". זיי האָבן געטענהט, אַז זי פֿאַרוואַסערט די אַנאַרכיסטישע אידעע. אַזעלכע לײַט האָבן זיך גרופּירט אַרום דער צײַטונג "פֿרײַהייט", וועלכע איז אַרויס אויף דײַטש. איר רעדאַקטאָר איז געווען יאָהאַן מאָסט, אַ דײַטשישער אַנאַרכיסט.

אין משך פֿון צוויי יאָרצענדליק, זינט 1899 ביז 1919, און דערנאָך אין די יאָרן 1929—1939, האָט די "פֿרײַע אַרבעטער-שטימע" רעדאַקטירט שאול-יוסף יאַנאָווסקי (1864—1939). ער איז געוואָרן אַן אַנאַרכיסט אונטער דער השפּעה פֿון די בלוטיקע געשעענישן אין שיקאַגאָ. אַ געוויסע צײַט האָט ער געאַרבעט אויך אין "פֿאָרווערטס".