טריִעסט און אָדעס — פֿרײַע פּאָרטן
ווען מע טראַכט וועגן איטאַליע, מיינט מען, אַז די ייִדישע קולטור פֿאַרנעמט ניט קיין גרויסן טייל אין דער איטאַליענישער קולטור. כאָטש ס’איז אמת, אַז — אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך אַנדערע אייראָפּעיִשע געזעלשאַפֿטן — איז איטאַליע ניט קיין גרויס לאַנד אויף דער מאַפּע פֿון ייִדיש, האָט די ייִדיש-איטאַליענישע קולטור געשפּילט אַ היפּשע ראָלע אין איטאַליע און מחוץ איטאַליע. דאָס וויכטיקסטע אָרט אין דעם זין פֿאַרנעמט די שטאָט טריִעסט, אין צפֿון-איטאַליע.
די שטאָט האָט אין יאָר 1719 באַקומען דעם סטאַטוס פֿון אַ פֿרײַען פּאָרט און האָט געהערט צו עסטרײַך. אַהין זײַנען אָנגעקומען טויזנטער אימיגראַנטן פֿון אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער, זוכנדיק אַרבעט און אַ בעסער לעבן. אַ סך פֿון די איבערוואַנדערער זײַנען געווען ייִדן פֿון אונגערן, פּוילן, פֿאַרשיידענע דײַטשישע מדינות און אַנדערע טיילן פֿון אייראָפּע. די שטאָט האָט נאָך פֿריִער געהאַט אַ ייִדישע באַפֿעלקערונג; די נײַע אימיגראַנטן האָבן זי פֿאַרוואַנדלט אין אַ ייִדיש ייִשובֿ.
דער סטאַטוס פֿון אַ פֿרײַען פּאָרט איז געווען אַן אופֿן פֿון פֿאַרבעסערן דעם קאָמערץ. אין דער שטאָט אָדעס האָט די רוסישע רעגירונג געטאָן דאָס זעלבע אין יאָר 1794. ווי אין טריִעסט, האָט מען אין אָדעס גוט אויפֿגענומען אימיגראַנטן, בפֿרט ייִדן. דאָך, איז דער מצבֿ פֿון די ייִדן אין אָדעס געווען אַנדערש ווי אין טריִעסט. אין דער רוסישער שטאָט זײַנען געווען מער באַגרענעצונגען פֿאַר די ייִדן, שוין אָפּגעשמועסט פֿון די פּאָגראָמען. אָבער סײַ אין אָדעס סײַ אין טריִעסט האָבן די ייִדן געשאַפֿן אַ קאָסמאָפּאָליטיש לעבן, וואָס איז געווען אַ נײַע דערשײַנונג פֿאַר יענער צײַט.
שטעט פֿון נײַער קולטור
דער סטאַטוס פֿון אַ פֿרײַען פּאָרט האָט אויך געשאַפֿן אַ נײַעם טיפּ שטאָט, דהײַנו: אַ שטאָט מיט כּלערליי אימיגראַנטן, מיט אַלע לשונות זייערע, און מיט אַ שטאַרק ייִדיש קול אין די קולטורעלע און געשעפֿטלעכע ענינים. דאָס איז געווען מער ענלעך צו די מאָדערנע אַמעריקאַנער שטעט. ווי אין אַמעריקע, האָט דאָס געמיש פֿון קולטורן געשאַפֿן אַ פֿרוכפּערדיקע סבֿיבֿה פֿאַר ליטעראַטור. די שרײַבער האָבן אָפֿט געניצט די שטאָט — סײַ טריִעסט סײַ אָדעס — ווי אַ געשטאַלט אין זייערע ליטעראַרישע טעקסטן. בעת די שטעט זײַנען געווען וויכטיק פֿאַר עסטרײַך און רוסלאַנד צוליב עקאָנאָמישע טעמים, האָבן ביידע שטעט געהאַט גרויס השפּעה אויך אויף ליטעראַטור.
ביידע שטעט האָבן זיך געפֿונען אויף דער קולטורעלער און געאָגראַפֿישער פּעריפֿעריע. אָבער גלײַכצײַטיק זײַנען זיי געווען צענטראַלע ערטער אין ליטעראַרישן לעבן. אין איטאַליע, איז די פּאַראַדאָקסאַלע פּאָזיציע פֿון טריִעסט — ניט קיין טייל פֿונעם לאַנד, אָבער מיט אַ שטאַרקער איטאַליענישער קולטור — געשאַפֿן אַ שטאָף פֿאַר ייִדישע שרײַבער, וואָס האָבן געשריבן אויף איטאַליעניש. ניצנדיק די נײַע טעמעס — ווי די ראָלע פֿון פֿרויען אין דער געזעלשאַפֿט און די ראָלע פֿון דער שטאָט אין דעם טאָג־טעגלעכן לעבן — האָבן די שרײַבער פֿון טריִעסט געפֿונען נײַע אופֿנים אויסצופֿאָרשן און אויסצומאָלן מענטשלעכע איבערלעבונגען.
איטאַלאָ סוועוואָ
איטאַלאָ סוועוואָ (אַהרן עטאָרע שמיטץ, 1861—1928), אַ טריִעסט-געבוירענער שרײַבער, איז געווען אַ ייִד, וועמענס עלטערן האָבן געשטאַמט פֿון דײַטשלאַנד. ער האָט געשריבן וועגן מענטשן, וואָס זײַנען ניט געווען קיין העלדן, און קיין מזל האָבן זיי אויך ניט געהאַט. הגם קיין ייִדן באַגעגנט מען ניט צווישן סוועוואָס ליטעראַרישע געשטאַלטן, האָבן זיי אייגנשאַפֿטן, וואָס מע געפֿינט אויך אין דער ייִדישער ליטעראַטור.
מיר ווייסן ניט, צי סוועוואָ האָט געלייענט ייִדישע מעשׂיות. אַ סבֿרא, אַז אין זײַן משפּחה האָט מען געלייענט אַלבערט וואָן קאַמיסאָס מעשׂה "פּעטער שלעמיעלס וווּנדערלעכע געשיכטע". די צענטראַלע פֿיגור פֿון דער געשיכטע איז אַ פּאַרשוין, וואָס איז ניט קיין ייִדישער, אָבער באַשריבן איז ער ווי אַ שלעמיעל. מע מיינט, אַז בײַם לייענען די געשיכטע האָבן די ניט-ייִדן צום ערשטן מאָל זיך באַקענט מיטן וואָרט "שלעמיעל", ווי אַ באַצייכענונג פֿון אַ נאַר.
ס’איז שווער איבערצושאַצן סוועוואָס וויכטיקייט סײַ פֿאַר דער איטאַליענישער ליטעראַטור סײַ פֿאַר דער מאָדערנער ליטעראַטור אין אַלגעמיין. סוועוואָס באַטראַכטונגען פֿון די טראַדיציאָנעלע העלדן און זײַן באַהאַנדלען די נײַע פֿיגור פֿון דעם מאָדערנעם שטאָטישן מענטש, האָבן אינספּירירט אויך דזשיימס דזשויס. די צוויי שרײַבער האָבן זיך שטאַרק געחבֿרט ווען דזשויס האָט געוווינט אין טריִעסט.
ליטעראַרישע פּאַראַלעלן
אַנטי־העלדן אין דזשויסעס און סוועוואָס ווערק האָבן זייערע פּאַראַלעלן אין אָדעס, בײַ מענדעלע מוכר-ספֿרים. מענדעלע איז ניט געווען קיין אמתער "אָדעסיט", ווי מע זאָגט אויף רוסיש. ער איז געקומען קיין אָדעס אין 1881. דאָרטן איז ער געוואָרן אַ מיטגליד פֿון דעם היגן ייִדישן אינטעלעקטועלן קרײַז. אין זײַן ווערק "מסעות בנימין השלישי" זאָגט מענדעלע אַרויס זײַן מיינונג וועגן דער ייִדישער געזעלשאַפֿט, ניצנדיק נאַרישע העלדן. ווי מענדעלע, האָט סוועוואָ קאָמענטירט דאָס לעבן פֿון אַ קולטור, ניצנדיק אַ פֿיגור, וואָס די קולטור האָט מאַרגינאַליזירט — דעם נאַר.
סוועוואָ איז אַליין געווען אַ דרויסנדיקער מענטש אין דער איטאַליענישער קולטור: אַ ייִדישער אימיגראַנט, וואָס האָט געשריבן איטאַליעניש אין אַ שטאָט, וועלכע איז ניט געווען קיין טייל פֿון איטאַליע. זײַן דרויסנדיקע פּערספּעקטיוו איז געווען נײַ אין דער איטאַליענישער ליטעראַטור. אָדעס, וואָס איז ניט געשטאַנען אין מיטן דעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן לעבן, איז, אין אַ גרויסער מאָס, געווען פֿאַר מענדעלען ווי טריִעסט — פֿאַר סוועוואָן.
צוזאַמען זײַנען טריִעסט און אָדעס ערטער, וווּ ייִדן האָבן געשאַפֿן אײַנפֿלוסרײַכע געזעלשאַפֿטן צווישן אַנדערע אימיגראַנטן. פֿון דער פּעריפֿעריע האָבן מענדעלע און סוועוואָ, ווי אויך אַנדערע ייִדישע שרײַבער אין טריִעסט און אָדעס, געשאַפֿן אַ מאָדערנעם ליטעראַרישן סטיל.