אין ליטעראַטור
דעם 7טן דעצעמבער איז געוואָרן 115 יאָר זינט דעם טאָג, ווען ס’איז געבוירן געוואָרן דער דיכטער פּרץ מאַרקיש (1895—1952). געשריבן האָט ער אַ סך און אין פֿאַרשיידענע זשאַנערס — דערציילונגען, ראָמאַנען, פּיעסעס, זשורנאַליסטישע ווערק, אַ קינאָ-סצענאַר. אָבער פּאָעזיע איז געווען זײַן אמתע ליטעראַרישע טעריטאָריע. זײַן שאַפֿערישער וועג האָט זיך אָנגעהויבן אין צוויי שטעט פֿון אוקראַיִנע: יעקאַטערינאָסלאַוו (הײַנט דניפּראָפּעטראָווסק) און קיִעוו. געווען איז עס אין די ערשטע יאָרן נאָך דער רעוואָלוציע אין רוסלאַנד, אין 1917.
אין די יאָרן 1921—1926 האָט מאַרקיש געוווינט, דער עיקר, אין פּוילן. דאָרטן איז ער געווען באַקאַנט ווי אַ דיכטער אַ בונטאַר. זײַנע ליטעראַרישע אָוונטן פֿלעגן צוציִען אַ גרויסן עולם. אָבער אים האָט געצויגן צוריק, קיין רוסלאַנד און אוקראַיִנע. מאַרקישן, ווען ער האָט זיך אומגעקערט, האָט מען טאַקע גוט אויפֿגענומען. ער איז אָנערקענט געוואָרן ווי איינער פֿון די פֿירנדיקע ייִדישע שרײַבערס אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד.
מאַרקישעס ווערק זײַנען אַרויס סײַ אויף ייִדיש און סײַ איבערגעזעצט אויף רוסיש און אוקראַיִניש. זײַנע פּיעסעס האָבן געשטעלט טעאַטערס אין מאָסקווע און אַנדערע שטעט. דער פֿילם "נתן בעקער פֿאָרט אַהיים", באַזירט אויף מאַרקישעס סצענאַר, איז אַרויס אין יאָר 1932. געוויזן האָט מען אים ניט בלויז אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, נאָר אויך אין אויסלאַנד, בפֿרט אין די פֿאַראייניקטע שטאַט.
אין געזעלשאַפֿטלעכן לעבן
אין יאָר 1934 האָט זיך אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד באַוויזן אַ דאַך-אָרגאַניזאַציע — "שרײַבער-פֿאַראיין" — פֿאַר מענטשן, וואָס האָבן זיך פּראָפֿעסיאָנעל באַשעפֿטיקט מיט ליטעראַטור. אין דער נײַער סטרוקטור האָט מאַרקיש פֿאַרנומען אַ בכּבֿודיק אָרט. אַ לענגערע צײַט האָט ער אָנגעפֿירט מיט דער סעקציע פֿאַר ייִדישע שרײַבער. אין 1939 האָט מאַרקיש באַקומען די העכסטע מלוכישע באַלוינונג — דעם אָרדען פֿון לענין. בשעת דער צווייטער וועלט-מלחמה איז ער געווען טעטיק אין דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט, וואָס איז געווען דער צענטער פֿון ייִדישן אינטעלעקטועלן און געזעלשאַפֿטלעכן לעבן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד.
אָבער דער סוף פֿון זײַן לעבן איז געווען אַ טראַגישער. אין דעם פּאַראַנאָיִדאַלן קלימאַט פֿון סטאַלינס רעזשים האָט דער ייִדישער אַנטי-פֿאַשיסטישער קאָמיטעט אויסגעזען ווי אַ שעדלעכע אָרגאַניזאַציע. האָט מען זי ליקווידירט. די אַקטיווע טוער אירע, אַרײַנגערעכנטן מאַרקישן, זײַנען אַרעסטירט געוואָרן און באַשולדיקט אין אַנטי-סאָוועטישער טעטיקייט. די עקזעקוציע פֿון מאַרקישן און נאָך צוועלף מיטגלידער פֿון דעם קאָמיטעט איז פֿאָרגעקומען דעם 12טן אויגוסט 1952.
אין 2011 וועט אין ענגלאַנד אַרויסגיין אַ קאָלעקטיווער באַנד, וואָס אַנאַליזירט דאָס שאַפֿערישע לעבן פֿון דעם דיכטער:
http://www.mhra.org.uk/cgi-bin/legenda/legenda.pl?catalogue=b9781906540524