מיט פֿינף יאָר צוריק האָט דער "פֿאָרווערטס" אָנגעהויבן אַן עקספּערימענט מיט אַרויסגעבן אַ צוגאָב-צײַטשריפֿט, וואָס האָט באַקומען דעם נאָמען "ווײַטער". אין דער לאַנגער געשיכטע פֿון דער צײַטונג "פֿאָרווערטס" זײַנען געווען אַ סך צוגאָב-צײַטשריפֿטן. צו מאָל איז עס געווען נאָך איין ניו-יאָרקער טאָג-צײַטונג, וועלכע מע האָט פֿאַרשפּרייט אין דער פֿרי, בעת די הויפּט־אויסגאַבע, דער "פֿאָרווערטס" גופֿא, פֿלעגט זיך באַווײַזן שפּעטער, אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם טאָג. צו מאָל זײַנען דאָס געווען לאָקאַלע אויסגאַבעס, למשל, אין שיקאַגאָ. עטלעכע זשורנאַלן האָבן זיך באַוויזן, צי טיילווײַז עקזיסטירט, ווי שוועסטער-פּובליקאַציעס פֿון "פֿאָרווערטס".
דער געדאַנק אַרויסצוגעבן אַזאַ צײַטשריפֿט ווי "ווײַטער" איז געווען און געבליבן — צו געבן די יונגע ליבהאָבער פֿון ייִדיש אַ ביסל קולטור, אָן וועלכער ס׳איז שווער צו לייענען אַזאַ צײַטונג ווי דער "פֿאָרווערטס". אַגבֿ, אייניקע לייענער האָבן זיך פֿאַרפּלאָנטערט און גענומען זוכן אין "ווײַטער" מאַטעריאַלן פֿאַר אָנהייבער, דאָס הייסט, פֿאַר די וואָס האָבן נאָך ניט באַוויזן — צי פֿוילן זיך נאָך אַלץ — אויסצולערנען דעם אונטערשייד צווישן דאַטיוו און אַקוזאַטיוו, אָדער נאָך עפּעס פֿון אָט דעם סאָרט. אַזעלכע לייענער האָבן פּשוט פֿאַרגעסן, אַז פֿאַר די זאַכן עקזיסטירן לערנביכער. דער "ווײַטער" איז פֿאַר אַן עולם, וואָס האָט שוין אײַנגעזאַפּט אין זיך אַ לערנבוך, אָבער שרעקט זיך דערווײַל צו שווימען אין דעם ים פֿון "פֿאָרווערטס" און פֿילט זיך באַקוועמער אין דעם באַסיין פֿון "ווײַטער".
ווען אַב. קאַהאַן, דער ערשטער רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס", האָט זיך געשטעלט בײַם רודער, האָט ער געוואָלט מאַכן די צײַטונג צוטריטלעך אַפֿילו פֿאַר די ייִדענעס, וועלכע האָבן פֿאַרקויפֿט הערינג אויף די ראָגן פֿון ניו-יאָרקער גאַסן. הײַנט האָט דער "פֿאָרווערטס" אַנדערע לייענער — די אינטעליגענץ, און ניט אַבי וועלכע אינטעליגענטן (די "אַבי וועלכע" לייענען אַנדערע צײַטונגען), נאָר די וואָס אינטערעסירן זיך מיט ייִדיש-קולטור. וווּ נאָך קענען אַזעלכע לייענער האָבן אַ צוטריט צו אַזאַ סחורה? נאָר אין "פֿאָרווערטס". אין אַנדערע צײַטשריפֿטן באַווײַזן זיך אויך רעלעוואַנטע מאַטעריאַלן, אָבער דאָס קומט פֿאָר זעלטן און גאָר ניט תּמיד גענוג קוואַליפֿיצירט.
מיר איז עטלעכע מאָל אויסגעקומען צו הערן דעם אײַנפֿאַל וועגן רעפֿאָרמירן דעם "פֿאָרווערטס"; צו מאַכן אים ניט אַזוי "שווער" און דערמיט פֿאַרברייטערן די צאָל לייענער. איך בין זיכער, אַז אַזאַ רעפֿאָרם וואָלט בלויז פֿאַרפֿירט אונדזער צײַטונג אין אַ טעמפּן ווינקל. ייִדישע פֿרויען פֿאַרקויפֿן שוין ניט קיין הערינג אויף די גאַסן פֿון ניו-יאָרק און אַנדערע שטעט, אַזוי אַז קיין לייענער פֿון אַ "פּשוטן ייִדיש" (אָדער אַ "ייִדישן ייִדיש", ווי מע האָט עס אַ מאָל גערופֿן) איז פּשוט ניטאָ וווּ צו רעקרוטירן. דער רעצעפּט פֿון "פּראָסטקייט", און פֿון קוקן פֿון אויבן אַראָפּ אויף דעם לייענער, איז אַ ביסל — אפֿשר בלויז אויף פֿערציק צי פֿופֿציק יאָר — פֿאַרעלטערט געוואָרן.
גרייט טאַקע דער "ווײַטער" צו לייענער צום אַרײַנטריט אין דעם עליטאַרן (אָן גענדזן-פֿיסלעך) קלוב פֿון "פֿאָרווערטס"-לייענער, דהײַנו: די זעלבע אינטעליגענץ, וואָס האָט דערווײַל אַ באַגרענעצטע צוגרייטונג דווקא אין די פֿראַגן פֿון ייִדיש-קולטור.
האָט איר באַמערקט, אפֿשר, אַז ווען איר קומט, למשל, פֿון אַמעריקע קיין ענגלאַנד צי קאַנאַדע און עפֿנט דאָרטן אַ היגע צײַטונג, שטויסט איר זיך אָן אויף אַ שיין ביסל אַרטיקלען, וועלכע דערציילן וועגן זאַכן מחוץ דעם שטח פֿון אײַערע אינטערעסן. מע שרײַבט וועגן ווילד-פֿרעמדע היגע פּאָליטישע צי קולטורעלע געשעענישן, מע דערמאָנט ווילד-פֿרעמדע נעמען. מע דאַרף אָפּלעבן אַ געוויסע צײַט אין דעם לאַנד, ביז מע גיסט זיך אַרײַן ווי עס דאַרף צו זײַן אין דעם "סיפּור-המעשׂה". נאָר דעמאָלט הייבט איר אָן רעאַגירן אויף דעם נאָמען, וואָס האָט פֿריִער געקלונגען לחלוטין פֿרעמד. נאָך מער: איר הייבט אָן זוכן, וואָס מע שרײַבט אין די נײַעס וועגן דעם דאָזיקן מענטשן.
און דאָס איז דער הויפּט-ציל פֿון אונדזער "ווײַטער": אַרײַנצופֿירן דעם לייענער אין דער וועלט פֿון ייִדיש. פֿינף יאָר באַשעפֿטיקן מיר זיך מיט אַזאַ אַרבעט. צו מאָל באַקומט זיך עס בעסער און צו מאָל פֿאַרדריסט אונדז ווען מיר כאַפּן זיך, אַז עפּעס האָט מען פֿאַרזען. עס פֿרייט אונדז, ווען מיר באַקומען פּאָזיטיווע אָפּקלאַנגען, און מיר לערנען זיך, ווען מע זאָגט אונדז אַרײַן. און אַזוי גייט עס ווײַטער.