- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ווי מיר האָבן אָנגעוויזן אינעם פֿאָריקן נומער, וועט דער איצטיקער "ווײַטער" דערציילן וועגן דעם וואָס עס קומט פֿאָר אויף דער "ייִדישער גאַס" אין אוקראַיִנע. העלפֿן וועט אונדז אין דעם די ניו־יאָרקער אָרגאַניזאַציע "דער קאָמיטעט פֿון ייִדישן אַנטוויקלונג־פֿאָנד" JCDF Jewish Community Development Fund in Russia/Ukraine, בראָש מיט איר פֿאַרוואַלטער ד״ר מאַרטין האָרוויץ.
צעפּויקט האָט די נײַעס דער פּיקהאָלץ פּאָעט:
די ערשטע ייִדישע אײַנוואַנדערונג איז געגאַנגען פֿון מיזרח קיין מערבֿ, פֿון דרום קיין צפֿון. די ייִדן זײַנען געקומען פֿון פּערסיע, קאַווקאַזער בערג און כּוזרים־לאַנד; פֿון דער ביזאַנטישער מלוכה און קרים. שוין אין 6סטן יאָרהונדערט שטייען די ייִדן בײַם טויער פֿון אוקראַיִנע — אויפֿן קרימער האַלב־אינדזל. אין 8טן יאָרהונדערט געפֿינען זיי זיך שוין אויף די צפֿון־ברעגן פֿון שוואַרצן ים. ייִדישע דעמאָגראַפֿיע ס'זעט אויס, אַז דער ליובאַוויטשער רבי איז אַמאָל געווען גערעכט מכּוח אַ -12מיליאָניקער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. די אָפֿיציעלע סטאַטיסטיק האָט אָבער דעמאָלט אָנגעוויזן אַ זעקס מאָל קלענערע צאָל. אַ גוטן באַווײַז פֿון דעם פּאַראַדאָקס זעט מען אין אַרמעניע, וווּ אין די סוף 1980ער האָבן דאָרט, לויט דער סטאַטיסטיק, געוווינט אין גאַנצן 700 ייִדן. אין משך פֿון די 1990ער יאָרן זײַנען פֿון אַרמעניע אַרויסגעפֿאָרן אַרום דרײַ טויזנט נפֿשות — קיין ישׂראל און אַנדערע לענדער. און עס זײַנען פֿאַרבליבן ... פֿיר הונדערט ייִדן. אין אוקראַיִנע איז פֿאַראַן אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס הייסט "די רעגיאָנאַלע אַסאָציאַציע פֿון קליינע שטעט (שטעטלעך)". פֿון יאָר 1999 רעאַליזירט זי אויך דעם פּראָיעקט "ס'לעבן פֿון ייִדיש". בײַם אָנהייב האָט מען די אַרבעט געפֿירט אין פֿיר קהילות: קאָרסון-שעווטשענקאָווסקי, זוועניגאָראָדקע, באָגוסלאַוו און פּערעיאַסלאַוו-כמעלניצקי. פֿון 2001 איז די רשימה געוואָרן אַ סך לענגער. עס באַטייליקן זיך אין דער דאָזיקער טעטיקייט אויך די קהילות פֿון אימען (אומאַן), סמעלע, בראָוואַר, באָיאַרקע, שפּאָלע, סקוויר, אירפּען און פֿאַסטאָוו. |