ייִדיש אין די שטעט און שטעטלעך |
אין אוקראַיִנע איז פֿאַראַן אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס הייסט "די רעגיאָנאַלע אַסאָציאַציע פֿון קליינע שטעט (שטעטלעך)". פֿון יאָר 1999 רעאַליזירט זי אויך דעם פּראָיעקט "ס'לעבן פֿון ייִדיש". בײַם אָנהייב האָט מען די אַרבעט געפֿירט אין פֿיר קהילות: קאָרסון-שעווטשענקאָווסקי, זוועניגאָראָדקע, באָגוסלאַוו און פּערעיאַסלאַוו-כמעלניצקי. פֿון 2001 איז די רשימה געוואָרן אַ סך לענגער. עס באַטייליקן זיך אין דער דאָזיקער טעטיקייט אויך די קהילות פֿון אימען (אומאַן), סמעלע, בראָוואַר, באָיאַרקע, שפּאָלע, סקוויר, אירפּען און פֿאַסטאָוו.
אַ סך מענטשן שטיצן דעם פּראָיעקט. מע לערנט ייִדיש. מע באַטייליקט זיך אין אַמאַטאָרישע קאָלעקטיוון (קודם-כּל, זינגט מען), וואָס ווערן "פּראָפּאַגאַנדיסטן" פֿון ייִדיש: זיי ציִען צו אַ ברייטערן עולם צו דער ייִדישער קולטור.
דער ציל פֿונעם פּראָיעקט "ס'לעבן פֿון ייִדיש" איז אויפֿצולעבן דעם שיכט פֿון דער ייִדישער קולטור, וואָס איז, אין אַ היפּשער מאָס, געבוירן און אַנטוויקלט געוואָרן אין די דאָזיקע שטעטלעך פֿון אוקראַיִנע; אָבער שפּעטער האָט מען עס פֿאַרלוירן אָדער אַפֿילו אויסגעראָטן. אַלץ קלענער און קלענער ווערט די צאָל מענטשן, וואָס ייִדיש איז באמת זייער מאַמע-לשון. אַזעלכע לײַט האָבן זיך אַפֿילו געלערנט אין ייִדישע שולן, וועלכע האָבן עקזיסטירט אין סאָוועטן-אוקראַיִנע ביזן יאָר 1938. מיט דער צײַט, איז זייער ייִדיש אָפֿט מאָל "פֿאַרזשאַווערט געוואָרן". אַ חוץ די געוועזענע ייִדישע תּלמידים, זײַנען פֿאַראַן אויך ייִנגערע לײַט, וועלכע האָבן געהערט די שפּראַך פֿון זייערע זיידע-באָבעס און טאַטע-מאַמעס. דאָס אַלץ שאַפֿט אַ גוטן יסוד פֿאַר אונטערהאַלטן דעם קיום פֿון דער שפּראַך.
קולטור איז דאָך ניט סתּם קולטור־אונטערנעמונגען — אַ קאָנצערט, ספּעקטאַקל און אַזוי ווײַטער. קולטור שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ קאָמפּליצירטע סימבאָלישע סיסטעם פֿון באַגריפֿן, ווערטן און פֿאָרשטעלונגען, וועלכע זײַנען כאַראַקטעריסטיש פֿאַר אַ פֿאָלק. די שפּראַך שפּילט אַ צענטראַלע ראָלע אין אַזאַ סיסטעם. די שפּראַך שפּיגלט אָפּ די אייגנאַרטיקייטן פֿון אַ יחיד. זי שטעלט מיט זיך פֿאָר די קייט, וואָס פֿאַרבינדט דעם יחיד מיטן פֿאָלק. די שפּראַך איז די נשמה פֿונעם פֿאָלק.
אויסמעקן ייִדיש מיינט אויסמעקן אַ היפּשן חלק פֿון דער פֿאָלקס-נשמה. אַמאָל איז געווען אוממעגלעך צו זײַן אַ ייִד, בפֿרט אין אוקראַיִנע, און ניט קענען קיין ייִדיש. הײַנט, ווען ס'איז, צום באַדויערן, איבערגעריסן געוואָרן "די גאָלדענע קייט", וואָס פֿאַרבינדט די דורות, שטעלן מיר פֿאַר זיך דעם ציל אומקערט די ייִדן צו ייִדישקייט דווקא דורך ייִדיש. הערט זיך אײַן אין דעם פֿאָלקס־זאָג: "דאָס פּינטעלע ייִד", אַ "ייִדישע נשמה". מײַן אייגענע דערפֿאַרונג ווײַזט, אַז די דאָזיקע נשמה רופֿט זיך באַזונדערס אָפּ, ווען מע ווענדט זיך צו איר אויף ייִדיש.
אונדזער קאָנקרעטער ציל איז ניט נאָר צו לערנען ייִדיש, אָבער צו באַקענען זיך אויך מיט דער ייִדישער ליטעראַטור, ייִדישע לידער, געשיכטע פֿונעם פֿאָלק און די מינהגים. אויפֿן סמך פֿון ייִדיש-קלאַסן איז וויכטיק צו שאַפֿן משפּחה-קלובן פֿון ייִדישקייט. זיי זאָלן צוזאַמען פּראַווען יום-טובֿים, געבוירן־טעג, זיך צונויפֿקלײַבן, כּדי אַרומצורעדן כּלערליי ענינים. די טעטיקייט פֿון די ייִדיש-קלובן מאַכט רײַכער די גײַסטיקע וועלט פֿון אירע מיטגלידער. זיי שטעלן אײַן און פֿאַרפֿעסטיקן די "גאָלדענע קייט" צווישן ייִדישע דורות. ס'איז באַזונדערס וויכטיק צו פֿירן אַזאַ טעטיקייט כּל-זמן עס לעבן נאָך די מענטשן, וואָס ייִדיש בלײַבט זייער ערשטע שפּראַך.
איך האָב קיין מאָל ניט געטראַכט, אַז ס׳וועט מיר אויסקומען צו באַטייליקן זיך אַזוי אַקטיוו אין ייִדישן געזעלשאַפֿטלעכן לעבן, בפֿרט אין אַזאַ פּראָגראַם ווי "ס'לעבן פֿון ייִדיש". אָבער ייִדיש איז תּמיד געווען מיט מיר. מיר איז באַשערט געווען אויסצוּוואַקסן אין אַ ייִדיש-רעדנדיקער משפּחה. אין מײַן היים-שטעטל קאָרסון האָבן מײַנע עלטערן אײַנגעפֿלאַנצט אין מיר די ליבע צום ייִדישן פֿאָלק. איך בין זייער צופֿרידן, אַז עס ווערט רעאַליזירט מײַן פּראָיעקט פֿון אויפֿלעבן ייִדיש.
שוין אין זיבן קהילות פֿון דער "רעגיאָנאַלער אַסאָציאַציע פֿון קליינע שטעט" אַרבעטן הײַנט גרופּעס צו לערנען זיך ייִדיש. די לערער זײַנען ענטוזיאַסטן, וואָס האָבן זיך אונטערגענומען אָנצופֿירן מיט אָט די ייִדיש-גרופּעס. די גרעסטע צווישן זיי איז אין סמעלע — 18 מענטשן. אין די איבעריקע שטעט איז די צאָל אָנטיילנעמער אַ ביסל קלענער.
אין משך פֿון די יאָרן, וואָס דער פּראָיעקט "ס'לעבן פֿון ייִדיש" ווערט רעאַליזירט, באַטייליקן זיך די ייִדיש-ליבהאָבער אין פֿאַרשיידענע פֿעסטיוואַלן און אַנדערע קולטור-אונטערנעמונגען, ווי למשל, אין דעם יערלעכן פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער שאַפֿערישקייט "מיר שטאַמען פֿון שטעטל", ווי אויך אין אָפּמערקן די יובילייען פֿון שלום-עליכם און יצחק באַשעוויס-זינגער. די דערפֿאַרונג ווײַזט, אַז דורך ייִדיש ווערן די מענטשן אַרײַנגעצויזן אין דער אַרבעט פֿון דער קהילה.
אינאַ דרוז