Click on the picture to listen the media clip
צייכענונג: איטעלאַ מאַסטבאַום
‫מוזיק און געזאַנג: מאַרק אײַזיקאָוויטש

צעפּויקט האָט די נײַעס דער פּיקהאָלץ פּאָעט:
דער בער קיין פּאַריז פֿאָרט זיך לערנען באַלעט.

פֿון באָריס סאַנדלער

מעשׂיות וועגן ר׳ ישׂראל בעל־שם־טובֿ (בעשִ״ט)

דאָס יאָר פֿון בעל־שם־טובֿס געבורט איז ניט פֿעסטגעשטעלט, אָבער מע נעמט אָן, אַז ער איז געבוירן געוואָרן אין יאָר הת״ם — 1700.

ער איז פֿרי געוואָרן אַ יתום. עס ווערט דערציילט, אַז ווען זײַן טאַטע האָט געהאַלטן בײַם שטאַרבן, האָט ער צוגערופֿן זײַן קליינעם זון און געזאָגט: "כאָטש איך בין ניט זוכה דיך מגדל זײַן, זאָלסטו געדענקען, אַז גאָט וועט זײַן מיט דיר. דו זאָלסט זיך דערפֿאַר ניט שרעקן פֿאַר קיין שום זאַך".

ווען ר׳ ישׂראל איז אַ ביסל אונטערגעוואַקסן, איז ער געוואָרן אַ בעלפֿער בײַ אַ מלמד. ער פֿלעגט ברענגען די קינדער אין חדר און זיי צוריק פֿירן אַהיים נאָכן לערנען. ווערט וועגן דעם דערציילט אַזאַ מעשׂהלע.

קינדער און דער שׂטן

ווען ישׂראליק פֿלעגט גיין מיט די קינדער פֿון דעם חדר, האָט ער מיט זיי געזונגען. דאָס געזאַנג איז געווען אַזוי זיס און שיין, אַז עס פֿלעגט דערגרייכן די הימלען.

דעם שׂטן האָט אָבער זײַן זינגען געשטערט און געבייזערט. האָט דער שׂטן זיך פֿאַרשטעלט ווי אַ ווילדע חיה, אַ וואָלף. ווען ישׂראליק מיט די קינדער זײַנען געגאַנגען אַהיים, איז דער וואָלף אַרויס אויפֿן וועג. די קינדער האָבן זיך זייער שטאַרק דערשראָקן און זיך צעלאָפֿן. אַ סך פֿון זיי זײַנען קראַנק געוואָרן. די עלטערן האָבן דערפֿאַר ניט געוואָלט מער לאָזן זייערע קינדער גיין אין חדר.

דעמאָלט האָט דער יונגער ישׂראליק זיך דערמאָנט אין דעם טאַטנס ווערטער, ער זאָל זיך ניט שרעקן פֿאַר קיין זאַך. די ווערטער האָבן אים געמוטיקט. ער איז אַוועק צו די עלטערן פֿון די קינדער. ער האָט גערעדט צו זיי מיט פֿיל איבערצײַגונג, אַז קיין סכּנה איז ניטאָ, זיי זאָלן לאָזן זייערע קינדער גיין אין חדר, און די עלטערן האָבן אים געגלייבט.

ער איז ווידער געגאַנגען מיט די קינדער אין חדר און פֿונעם חדר אַהיים; און ווידער האָט ער מיט זיי געזונגען. דער יונגער ישׂראליק האָט זיי געלערנט: "גאָט איז מיט אײַך, און איר דאַרפֿט ניט מורא האָבן!"

די בערג און גזלנים

דער בעל־שם־טובֿ איז תּמיד געזעסן אַליין צווישן די הויכע בערג און האָט געפֿאַסט דאָרט אַ סך טעג און נעכט. איין מאָל איז ער געגאַנגען אויף אַ באַרג שטאַרק פֿאַרטראַכט. ער איז אַזוי געגאַנגען אַרויף ביזן באַרג־שפּיץ.

אויף אַ צווייטן באַרג, קעגן איבער זײַנען געשטאַנען גזלנים און האָבן זיך צוגעקוקט ווי ער גייט אַזוי בײַם סאַמע ראַנד. אָט־אָט וועט ער אַראָפּפֿאַלן און זיך דערהרגענען. אָבער וווּנדער איבער וווּנדער. ווען ר׳ ישׂראל האָט אויפֿגעהויבן דעם פֿוס און געהאַלטן בײַם אַרײַנפֿאַלן אין אָפּגרונט, האָט דער שפּיץ פֿון צווייטן באַרג זיך צוגעבויגן גאָר נאָענט צו דעם שפּיץ פֿונעם באַרג, אויף וועלכן ר׳ ישׂראל איז געווען. אָנשטאָט אַראָפּצופֿאַלן, האָט ר׳ ישׂראל געשטעלט זײַן פֿוס אויפֿן צווייטן באַרג, און איז געגאַנגען אויף אים ווײַטער.

נאָך דעם וווּנדער האָבן די שפּיץ־בערג זיך אומגעקערט אויף זייער אָרט. ר׳ ישׂראל האָט שפּאַצירט אַהין און אַהער, און יעדעס מאָל איז געשען דאָס זעלבע: די שפּיץ־בערג האָבן זיך אָנגעבויגן און זיך ווידער אויסגעגלײַכט.

די גזלנים האָבן זיך ניט גערירט פֿון אָרט, אַזוי זײַנען זיי פֿאַרחידושט געווען פֿון דעם, וואָס זיי האָבן געזען. געקומען צו זיך, זײַנען זיי צו אים צוגעגאַנגען און געזאָגט: "איר זײַט אַ געטלעכער מאַן. מיר בעטן אײַך, איר זאָלט פֿאַר אונדז מתפּלל זײַן".

דעמאָלט האָט ר׳ ישׂראל זיי געהייסן זיך שווערן, אַז זיי וועלן מער ניט טאָן קיין שלעכטס צו די ייִדן. און זיי האָבן געהאַלטן וואָרט.

פֿאַר וואָס זײַנען די פֿרומע אָרעם?

מ׳האָט אַ מאָל געפֿרעגט דעם בעל־שם־טובֿ, פֿאַר וואָס זײַנען די פֿרומע אָרעמער ווי די ניט פֿרומע? ווי אַן ענטפֿער, האָט דער בעש"ט געזאָגט אַ משל:

"אַ מלך האָט געוואָלט באַפֿרידיקן זײַנע הויפֿלײַט. ער האָט מיטגעטיילט, אַז יעדער פֿון זיי זאָל אָנרופֿן איין וווּנטש, און ער וועט אים אויספֿירן. אייניקע האָבן פֿאַרלאַנגט ערע; די אַנדערע האָבן פֿאַרלאַנגט רײַכטום; אָבער נאָר איינער האָט געזאָגט: מײַן וווּנטש איז צו רעדן מיט דעם מלך דרײַ מאָל אין טאָג..."

"מיר, אָרעמע, ציִען פֿאָר די פֿאַרבינדונגען מיט גאָט דרײַ מאָל טעגלעך. מיר שטעלן דאָס העכער פֿון ערע און רײַכטום, און גאָט פֿילט אויס אונדזער וווּנטש."

געזאָגט פֿון אַ פּאָדאָליער ייִד:

ווי אַ פֿידל אָן אַ סמיטשעק, ווי אַ באַלעגאָלע אָן אַ בײַטש.

אַז די ערשטע שורה איז קרום געשריבן, טויג די גאַנצע בריוו אויף כּפּרות.

מע לויפֿט זיך צונויף, ווי קעץ אין אַ לבֿנה־נאַכט.

אויף וועמענס וואָגן מע פֿאָרט, אַזאַ ניגון ציט מען.

בשעתן גאָלן די באָרד, מוז מען שווײַגן. דערפֿאַר האָבן ניט די ווײַבער קיין בערד.

די וועלט איז שיין, נאָר פּאַסקודניאַקעס מאַכן זי מיאוס.

דער ייִד ענטפֿערט תּמיד פֿאַרקערט: זאָגט איר אים "שלום־עליכם" — ענטפֿערט ער אײַך "עליכם־שלום".