די ערשטע ייִדישע אײַנוואַנדערונג איז געגאַנגען פֿון מיזרח קיין מערבֿ, פֿון דרום קיין צפֿון. די ייִדן זײַנען געקומען פֿון פּערסיע, קאַווקאַזער בערג און כּוזרים־לאַנד; פֿון דער ביזאַנטישער מלוכה און קרים. שוין אין 6סטן יאָרהונדערט שטייען די ייִדן בײַם טויער פֿון אוקראַיִנע — אויפֿן קרימער האַלב־אינדזל. אין 8טן יאָרהונדערט געפֿינען זיי זיך שוין אויף די צפֿון־ברעגן פֿון שוואַרצן ים.
נישט בלויז אין קיִעוו האָט זיך געשאַפֿן אַ שטענדיקער ייִדישער ייִשובֿ. פֿון דאָרטן האָבן די ייִדן זיך פֿאַרשפּרייט אויך אין אַנדערע ערטער פֿון אוקראַיִנע. אין 10טן יאָרהונדערט טרעפֿט מען ייִדן אין די ערטער, וואָס ליגן צווישן דעם טײַך דניעפּער און דער געגנט וואָלין. צוליב די ווילדע קרייץ־צוגן, איז אַ גרויסע צאָל ייִדן אַנטלאָפֿן קיין פּוילן. אַ טייל פֿון זיי זײַנען אַוועק נאָך ווײַטער, אַזש צום דניעפּער. די ייִדן האָבן זיך באַזעצט אין אייניקע האַנדלס־פּונקטן, אין טשערניגאָוו, אין ליובעטש, אויף דער גאַליצישער און לודמירער ערד.
אין 12טן יאָרהונדערט האָט קיִעוו שוין פֿאַרמאָגט אַ באַדײַטנדיקן ייִדישן ייִשובֿ. די ייִדן האָבן דעמאָלט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין ווירטשאַפֿטלעכן לעבן, בפֿרט אין אויסלענדישן האַנדל — מיט די לענדער בײַם שוואַרצן ים. דאָס האָט געוועקט קינאה. אונטערן תּירוץ, אַז די ייִדן האָבן פֿאַרכאַפּט דעם האַנדל און נעמען אַ הויכן פּראָצענט פֿאַר לײַען געלט, זײַנען די קיִעווער אײַנוווינער באַפֿאַלן די ייִדישע הײַזער, זיי צעראַבעוועט און צעשטערט. עס זײַנען אויך געווען מענטשלעכע קרבנות. געשען זײַנען די אָנפֿאַלן אין 1113. מיט אַ יאָר שפּעטער האָט דער גרויספֿירשט וולאַדימיר מאָנאָמאַך אַרויסגעגעבן אַ באַפֿעל צו פֿאַרטרײַבן פֿון דער שטאָט די ייִדישע אײַנוווינער.
אַ ראַדיקאַלע ענדערונג אין לעבן פֿון אוקראַיִנע און אויך פֿון די דאָרטיקע ייִדן איז פֿאָרגעקומען אין דער ערשטער העלפֿט פֿון 13טן יאָרהונדערט: עס האָט זיך אָנגעהויבן די ממשלה פֿון די טאָטערן. רויב און מאָרד, פֿײַער און שווערד האָבן געצייכנט זייער וועג. די ייִדן פֿון די ייִשובֿים בײַם דניעפּער און אין וואָלין האָבן געטיילט דעם טרויעריקן גורל פֿון דער אָרטיקער באַפֿעלקערונג.
אין יאָר 1320 האָט דאָס חייל פֿון דעם גרויס־פֿירשט געדימין אײַנגענומען אוקראַיִנע. אין קיִעוו האָבן די ליטווינער דעמאָלט געטראָפֿן אַ גאַנץ גרויסע ייִדישע קהילה. פֿאַר די ייִדן איז די תּקופֿה געווען אַ צײַט פֿון אויפֿקום פֿון אַ צאָל נײַע ייִדישע ייִשובֿים, באַזונדערס אין רויט־רײַסן, וואָלין און פּאָדאָליע.
אין 15טן יאָרהונדערט זײַנען שוין צווישן די טײַכן סאַן און דניעפּער, צווישן די פּאָלעסיער זומפּן און דעם שוואַרצן ים, פֿאַראַן אַ פּאָר צענדליק ייִדישע ייִשובֿים. אין די 70ער יאָרן זײַנען אין אַלע פּראָווינצן מיט אַן אוקראַיִנישער באַפֿעלקערונג געווען בערך 40 טויזנט ייִדן, אָדער 40 פּראָצענט פֿון אַלע ייִדן, וואָס פּוילן און ליטע האָבן דעמאָלט פֿאַרמאָגט. עס זײַנען אויפֿגעקומען די וואָלינער ייִדישע ייִשובֿים אין וויניצע, דובנע, קאָוועל, קרעמענעץ, לובאָמל, מעדזשיבאָזש, אָסטראָה, ראָוונע, סטעפּאַן און אַנדערע. חוץ ייִדן־הענדלער און קליינע קרעמער, זײַנען אויך געווען ייִדישע בעל־מלאָכות, אַרענדאַרן, קרעטשמער, פּויערים און גרויסע ערד־באַזיצער.
אין 16טן יאָרהונדערט איז אויף דער ערד פֿון אוקראַיִנע שוין געווען אַ ברייטע נעץ פֿון חדרים און ישיבות. ס׳האָבן דאָרט געווירקט באַרימטע רבנים און למדנים. אין די יאָרן 1550־1568 האָט אין וואָלין, אין דער שטאָט אָסטראָה, געווירקט דער באַרימטער רבנישער אויטאָריטעט שלמה לוריע, מהרש״ל. די שטאָט, וווּ ס׳האָבן פֿון סוף 14טן יאָרהונדערט געוווינט איינצלנע ייִדישע פֿאַמיליעס איז געוואָרן אַ צענטער פֿון תּורה־לערנען. אויך אין אַ ריי אַנדערע ערטער איז מען געזעסן יום־ולילה און געלערנט.
אין דער צווייטער העלפֿט פֿון 16טן יאָרהונדערט, ווען פֿאַר אוקראַיִנע האָט זיך געעפֿנט אַ נײַע עפּאָכע, האָבן די ייִדן שוין געהאַט הינטער זיך אַ רײַכע געשיכטע אויף דער אוקראַיִנישער ערד.
י. ש. הערץ, "די ייִדן אין אוקראַיִנע"