ווי מיר האָבן אָנגעוויזן אינעם פֿאָריקן נומער, וועט דער איצטיקער "ווײַטער" דערציילן וועגן דעם וואָס עס קומט פֿאָר אויף דער "ייִדישער גאַס" אין אוקראַיִנע. העלפֿן וועט אונדז אין דעם די ניו־יאָרקער אָרגאַניזאַציע "דער קאָמיטעט פֿון ייִדישן אַנטוויקלונג־פֿאָנד" JCDF Jewish Community Development Fund in Russia/Ukraine, בראָש מיט איר פֿאַרוואַלטער ד״ר מאַרטין האָרוויץ.
דאָס ייִדישע לעבן און די ייִדישע שפּראַך זײַנען טיף אײַנגעוואָרצלט אין אוקראַיִנע. דאָס ווערט אָפּגעשפּיגלט אין דער געשיכטע פֿון ביידע פֿעלקער — אוקראַיִנער און ייִדן. ווי עס באַטאָנט ד״ר האָרוויץ, איז "ייִדיש אין אוקראַיִנע טראַדיציאָנעל, אַ טייל פֿון דעם אַלגעמיינעם ייִדישן לעבן. מיר האָבן דאָרט אַ גאַנצע נעץ פֿון ייִדיש־קרײַזן, אין איבער 10 גרעסערע און קלענערע שטעט. אין די אַלגעמיינע אונטערנעמונגען פֿון די שטעט באַטייליקן זיך די דאָזיקע ייִדיש־גרופּעס מיט זייערע אויפֿטריטן און טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען.
"אין קיִעוו האָט מען פֿאַראַיאָרן אויפֿגעפֿירט שלום־עליכמס אַ פֿאָרשטעלונג, און הײַיאָר האָט מען געשפּילט עפּעס פֿון באַשעוויסן. איך האָף, אַז אויך די "פֿאָרווערטס־אַסאָציאַציע" וועט זיי עס פֿינאַציעל שטיצן. מיר העלפֿן אויך די אַקטיוויסטן צו קומען קיין אויסלאַנד, באַזונדערס די מוזיקער, זיי זאָלן זיך באַטייליקן אין די אָרטיקע ייִדישע פֿעסטיוואַלן. ווי זאָגט מען אין אוקראַיִנע: זיך צו ווײַזן און זיך עפּעס אויסלערנען און ברענגען אַהיים."
אויף דער פֿראַגע פֿון "ווײַטער", פֿאַר וואָס דער "קאָמיטעט" האָט אויסגעקליבן דווקא צו העלפֿן רוסלאַנד און אוקראַיִנע, האָט ד״ר האָרוויץ געענטפֿערט: "מיר האָבן באַשלאָסן צו קאָנצענטרירן אונדזער אַרבעט אין די ראַיאָנען פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, וווּ עס לעבן מער ייִדן, און וווּ די וואָרצלען פֿון ייִדיש־לעבן זײַנען טיפֿער און מע קאָן נאָך הײַנט זען נײַע שפּראָצונגען פֿון אַמאָל."
איז לאָמיר זיך צוהערן צום רויש פֿון יענעם דורותדיקן ייִדיש־בוים אין אוקראַיִנע.