די רעדאַקציע פֿון "פֿאָרווערטס" טוט ניט ווייניק זאַכן, כּדי אַרויסצוהעלפֿן די מענטשן, וואָס לערנען זיך ייִדיש — נאָך טיפֿער און ברייטער צו באַהערשן די שפּראַך. אייגנטלעך, צוליב דעם לאָזן מיר אַרויס די צײַטונג “ווײַטער". מיר ווייסן אָבער, אַז דעם הײַנטיקן לייענער פֿונעם ייִנגערן דור פֿעלט אויס אַ ייִדיש־רעדנדיקע סבֿיבֿה. עס פֿעלט אים זייער צו הערן דעם קלאַנג פֿונעם וואָרט, די אינטאָנאַציע און מוזיק פֿון אַ לעבעדיקן דיאַלאָג.
צוליב דעם האָבן מיר דאָס וועבזײַטל פֿון "ווײַטער", אויך טאָניפֿיצירט, דאָס מיינט, אַז יעדער אַרטיקל קאָנט איר הערן ווי אַזוי אים ריכטיק אַרויסרעדן; און שוין נאָך דעם — אַליין איבערלייענען אויף אַ קול.
אויך אויף דעם וועבזײַטל קאָן מען זיך צושליסן און הערן אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם "די פֿאָרווערטס־שעה". זי דערשײַנט יעדע וואָך און איז צונויפֿגעשטעלט פֿון פֿאַרשידענע רובריקן: “ידיעות פֿון ישׂראל", וואָס עס גיט איבער דירעקט פֿון ירושלים אונדזער דאָרטיקער קאָרעספּאָנדענט אָדם גרוזמאַן. אַן אַנדער ישׂראל־קאָרעספּאָנדעטקע, לאה שלאַנגער, באַקענט די צוהערער מיט קולטור־נײַעס, פֿעסטיוואַלן און טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען, ווי אויך מיט דער שאַפֿונג פֿון פּאָפּולערע זינגער און אַקטיאָרן פֿון ישׂראל. אינטערעסאַנט זײַנען תּמיד די מוזיקאַלישע נאָטיצן פֿון אונדזער מיטאַרבעטער איציק גאָטעסמאַן: וועגן קלעזמער־מוזיק, נײַע ייִדישע גרופּעס, לידער אויף די ייִדישע יום־טובֿים, איבערזיכטן פֿון ערשט־אַרויסגעלאָזטע קאָמפּאַקטלעך, און אַלץ ווערט באַגלייט מיט מוזיקאַלישע בײַשפּילן. דער וואָס קען נאָך נישט גענוג פֿליסיק די שפּראַך צו לייענען דעם “פֿאָרווערטס", קאָן זיך דערוויסן וועגן יעדן נײַעם נומער פֿון די קאָמענטאַרן, צוגעגרייט פֿון אונדזער עלטסטן מיטאַרבעטער, מיכל באַראַן.
אין דער רובריק “אַ גאַסט אויף אַ ווײַלע" וועט איר הערן שמועסן מיט קולטור־טוער, שרײַבער, לערער פֿון פֿאַרשידענע ווינקעלעך אין דער וועלט, וואָס דערציילן וועגן זייער טעטיקייט אין געביט פֿון ייִדיש. זייער נוצלעך פֿאַר אײַך וועט זײַן די רובריק “אוצרות פֿון ייִדישן וואָרט". די בעסטע מוסטערן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור האָבן אין דער רובריק פֿאָרגעשטעלט די גלענצנדיקע רעציטאַטאָרס פֿון סוף 20סטן יאָרהונדערט, אַזעלכע ווי דוד ראָגאָוו, מיכאל בן־אַבֿרהם, שורה גרינהויז־טורקאָוו. אַגבֿ, האָט דער “פֿאָרווערטס" אַרויסגעלאָזט אַ קאָמפּלעט פֿון 5 קאָמפּאַקטלעך — “מײַסטערס פֿון ייִדישער פּראָזע". יעדעס קאָמפּאַקטל האָט אַ באַזונדערע טעמע: 1. “חסידות אין דער ייִדישער ליטעראַטור"; 2. “צבֿי אײַזנמאַן: ׳דער ספּעקטאַקל׳ און אַנדערע דערציילונגען"; 3. “פֿרויען־פּראָזע אין דער ייִדישער ליטעראַטור"; 4. “יאָסל בירשטיין: אויף די געסעלעך פֿון ירושלים"; 5. “אפֿרים קאַגאַנאָווסקי: ׳משהלע פּאַגאַניני׳ און אַנדערע דערציילונגען". אַלע דערציילונגען לייענט מיכאל בן־אַבֿרהם.
אַן אַנדער סעריע פֿון צוויי קאָמפּאַקטלעך “אין מײַן טאַטנס בית־דין־שטוב" פֿון יצחק באַשעוויס־זינגער, האָט פֿאַרשריבן דער באַקאַנטער ייִדישער אַקטיאָר, אַ לאַנג־יאָריקער מיטאַרבעטער אין אונדזער פּראָגראַם, דוד ראָגאָוו. לעצטנס איז אַרויס אַ נײַ קאָמפּאַקטל פֿון שורה גרינהויז־טורקאָוו. אין איר אינטערפּרעטאַציע קלינגען די ווערק פֿון י.־ל. פּרץ, שלום אַש, אַבֿרהם רייזען, איציק מאַנגער און אפֿרים קאַגאַנאָווסקי.
אַ וויכטיקן בײַטראָג אין אונדזערע ראַדיאָ־פּראָגראַם האָט געמאַכט דער ייִדישער שרײַבער חיים ביידער, מיט זײַנע היסטאָרישע ווירטועלע רײַזעס איבער די ייִדישע שטעטלעך פֿון אוקראַיִנע און ווײַסרוסלאַנד. אויפֿן סמך פֿון זײַנע רעפּאָרטאַזשן האָבן מיר אַרויסגעלאָזט צוויי DVD, וווּ די פֿאַרכאַפּנדיקע שילדערונגען פֿון ייִדישע שטעטלעך ווערן באַגלייט מיט זעלטענע בילדער פֿון די דערמאָנטע שטעטלעך און ייִדישע פּערזענלעכקייטן, וואָס זייערע נעמען זײַנען מיט די ערטער פֿאַרבונדן.
די אַלע נוצלעכע זאַכן קאָן מען באַשטעלן סײַ אויף אונדזער וועבזײַט און סײַ טעלעפֿאָניש. געדענקט, אַז צו קענען די שפּראַך איז ניט גענוג נאָר צו לייענען און שרײַבן; מע דאַרף זי הערן און ריכטיק אַרויסרעדן אין דער הויך, צו מאָל אַפֿילו נאָכמאַכנדיק דעם געניטן אַקטיאָר אָדער רעציטאַטאָר. דעמאָלט וועט זי אָנהייבן אויך אין אײַך קלינגען מיט אַלע אירע לעבעדיקע טענער.