- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
סוף סעפּטעמבער האָט "ווײַטער" זיך באַוויזן אויף דעם באַנײַטן וועבזײַטל פֿון "פֿאָרווערטס". איצט וועט איר קאָנען לייענען אײַער צײַטונג אויך אין אַן עלעקטראָנישן פֿאָרמאַט. נאָך מער: אין גיכן, וועט מען קאָנען נישט בלויז לייענען יעדע זײַט פֿון "ווײַטער", נאָר זי אויך הערן, וואָס איז זייער נוצלעך.
קוק, ווי שיין דאָס הינטל איז —
עס זײַנען דאָ מענטשן, וואָס האָבן ייִדיש אַזוי שטאַרק ליב, אַז זיי טראָגן זיך אַרום מיטן געדאַנק צו דערציִען זייערע קינדער אויף ייִדיש. בײַ די חסידים איז דאָס רעדן ייִדיש מיט די קינדער אַ טאָג־טעגלעכע זאַך, און עס זײַנען נאָך הײַנט פֿאַראַן משפּחות פֿון "ייִדישיסטן", וווּ טאַטע־מאַמע האָדעווען אויס אַ נײַעם דור אויף מאַמע־לשון. אָבער פּראַקטיש גערעדט: ווי אַזוי געפֿינט מען אַ ייִדיש־רעדנדיק מיידל אָדער אַ בחור, מען זאָל קענען דערציִען די קינדער? דער גורל פֿון ייִדיש-לימודים אין אוניווערסיטעטן איז אָפֿט אָפּהענגיק פֿון ברייטהאַרציקייט. אויב מע געפֿינט אַ בעל־טובֿה[1] — האָט מען אַזעלכע לימודים, און אויב קיין ספּאָנסאָר זוכט זיך ניט אויס — בלײַבט מען אָן ייִדיש. אַ בשׂורה־טובֿה[2] איז אין מיט-סעפּטעמבער געקומען פֿון אויסטראַליע: ייִדיש איז געראַטעוועט געוואָרן אין דעם אוניווערסיטעט פֿון סידני. די מעשׂה איז אַזאַ: אַ ברייטהאַרציקע פֿרוי, וואָס הייסט נאָרע גודרידזש, האָט געטראַכט וועגן אַ מתּנה פֿאַר איר מאַן, צו זײַן ווערן אַ בן־שמונים[3]. דן גודרידזש איז אַ ליבהאָבער פֿון ייִדיש. צוזאַמען מיט זײַן טאָכטער האָט ער געלערנט ייִדיש אין דעם אוניווערסיטעט פֿון סידני. ביידע — דער טאַטע און די טאָכטער — האָבן אין יאָר 2000 באַקומען דיפּלאָמען אין ייִדיש-לימודים. בערלין
די גרויסע אינפֿלאַציע, וועלכע איז געווען דעמאָלט אין דײַטשלאַנד, האָט פֿון דעסטוועגן געבראַכט אַ גוטע הכנסה די ייִדישע פֿאַרלעגער. ס׳איז ביליק געווען צו דרוקן אין דײַטשלאַנד ביכער און פֿאַרקויפֿן זיי אין אַנדערע לענדער. אַזוי האָט בערלין אויף אַ קורצער צײַט פֿאַרנומען דאָס צווייטע אָרט אין דער וועלט (אויפֿן ערשטן אָרט איז געווען וואַרשע) לויט דער צאָל פֿון אַרויסגעלאָזטע ייִדישע ביכער. |