בערלין

יעקבֿ און יוסף לעשצינסקי
יעקבֿ און יוסף לעשצינסקי
נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה איז די דײַטשישע הויפּטשטאָט געוואָרן אַ וויכטיקער צענטער פֿאַר ייִדישער טעטיקייט. אין דײַטשלאַנד בכלל און אין בערלין בפֿרט האָבן זיך באַזעצט[1] טויזנטער פּליטים פֿון מיזרח-אייראָפּע. צווישן זיי זײַנען געווען אויך ניט ווייניק טוער פֿון ייִדישער קולטור.

די גרויסע אינפֿלאַציע, וועלכע איז געווען דעמאָלט אין דײַטשלאַנד, האָט פֿון דעסטוועגן געבראַכט אַ גוטע הכנסה די ייִדישע פֿאַרלעגער. ס׳איז ביליק געווען צו דרוקן אין דײַטשלאַנד ביכער און פֿאַרקויפֿן זיי אין אַנדערע לענדער. אַזוי האָט בערלין אויף אַ קורצער צײַט פֿאַרנומען דאָס צווייטע אָרט אין דער וועלט (אויפֿן ערשטן אָרט איז געווען וואַרשע) לויט דער צאָל פֿון אַרויסגעלאָזטע ייִדישע ביכער.

צווישן די מערבֿ-אייראָפּעיִשע גרויסע שטעט איז בערלין געווען אַ יוצא-מן-הכּלל[2] אויך צוליב זײַנע פֿאַרבינדונגען מיט סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. דיפּלאָמאַטן, שרײַבער, קינסטלער, געשעפֿטלײַט און שפּיאָנען פֿלעגן רעלאַטיוו פֿרײַ קומען פֿון רוסלאַנד קיין דײַטשלאַנד. נײַע סאָוועטישע פֿילמען האָט מען געוויזן[3] אין די בערלינער קינאָס. אַ בערלינער תּושבֿ[4] האָט געהאַט אַ צוטריט צו פֿרישע סאָוועטישע צײַטשריפֿטן.

קיין חידוש ניט, אַז אין בערלין האָט זיך צונויפֿגעקליבן אַ גרויסע קאָלאָניע זשורנאַליסטן, וואָס זייערע אַרטיקלען פֿלעגן זיך פֿאַרשפּרייטן איבער דער גאָרער וועלט. בערלין איז אויך געוואָרן אַ צענטער פֿאַר ייִדישן זשורנאַליזם. בראָש דער גרופּע ליטעראַטן, וואָס האָבן מיטגעאַרבעט מיטן "פֿאָרווערטס", איז געשטעלט געוואָרן דער געלערנטער און זשורנאַליסט יעקבֿ לעשצינסקי (אָדער לעשטשינסקי).

זשורנאַליסט און געלערנטער

צווישן די ייִדישע פּען-מענטשן, די "שטאַמגעסט" (דאָס הייסט, אָפֿטע אַרײַנגייער) אין בערלינער ליטעראַרישע קאַפֿעען, האָט לעשצינסקי זיך אויסגעטיילט ווי אַ מענטש, וואָס האָט זיך גוט אײַנגעוואָרצלט [5] אין דעם היגן לעבן. קיין צרות מיט דײַטש האָט ער ניט געהאַט, ווײַל די שפּראַך האָט ער גוט געקענט נאָך פֿון די סטודענטישע יאָרן זײַנע אין דער שווייץ. אין די קרײַזן פֿון דײַטשישע דעמאָגראַפֿן און עקאָנאָמיסטן איז לעשצינסקיס נאָמען געווען באַקאַנט, אַ דאַנק זײַנע פּובליקאַציעס אין די דײַטשישע זשורנאַלן.

אין די ייִדישע קרײַזן האָט לעשצינסקי געהאַט אַ שם פֿון אַ טעאָרעטיקער פֿון טעריטאָריאַליזם. ווי אַ מאַרקסיסט, האָט ער געגלייבט, אַז אָן אַ שטאַרקן פּראָלעטאַריאַט זײַנען פֿאַר ייִדן פֿאַרמאַכט אַלע וועגן אין דער סאָציאַליסטישער צוקונפֿט. לעשצינסקי האָט ניט מסכּים געווען[6] מיט די "בונד"-טעאָרעטיקער, ווען יענע האָבן גערעדט וועגן שלום-בית[7] צווישן די ייִדישע און ניט-ייִדישע אַרבעטער. ער האָט געהאַלטן, אַז אַן אייגענע טעריטאָריע וואָלט געשאַפֿן אַ בעסערע סבֿיבֿה פֿאַר אַ פֿולבלוטיקער סאָציאַליסטישער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער נאַציע. גלײַכצײַטיק האָט ער ניט געגלייבט אין רעאַלקייט פֿון אויפֿבויען אַ ייִדישע מדינה דווקא אין ארץ-ישׂראל.

די וויסנשאַפֿטלעכע אַרבעטן, וואָס לעשצינסקי האָט געשריבן, זײַנען געווען באַפֿאַרבט מיט זײַנע אידעאָלאָגישע סימפּאַטיעס. זײַן זשורנאַליזם איז אָפֿט מאָל געווען אַ בײַ-פּראָדוקט פֿון זײַנע אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען. אַזוי צי אַזוי, האָט ער זײַן גאַנץ לעבן קאָמבינירט ביידע זשאַנערס. אמת, אין בוך-פֿאָרעם פֿלעגן אַרויסגיין ניט די זשורנאַליסטישע, נאָר די עקאָנאָמישע און דעמאָגראַפֿישע פּובליקאַציעס זײַנע. מע קען דעם פֿאַקט פֿאַרטײַטשן ווי אַ סימן, אַז צו דער אַקאַדעמישער טעטיקייט האָט לעשצינסקי זיך באַצויגן ערנסטער.

1933 און שפּעטער

דעם 11טן מאַרץ 1933, דאָס הייסט אין קורצן נאָך היטלערס קומען צו דער מאַכט, האָט די דײַטשישע פּאָליציי אַרעסטירט לעשצינסקין. זעט אויס, אַז דאָס איז בכלל געווען דער ערשטער פֿאַל, ווען דער נאַציסטישער רעזשים האָט אַרעסטירט אַן אויסלענדישן זשורנאַליסט. דעם דאָזיקן אינצידענט האָט מען ברייט אָפּגעשפּיגלט אין דער אַמעריקאַנער פּרעסע. אַרײַנגעמישט האָט זיך אין דעם אויך דער אַמעריקאַנער שטאַט-דעפּאַרטמענט.

אין פֿיר טעג אַרום האָט מען לעשצינסקין אַרויסגעלאָזט פֿון דער תּפֿיסה, אָבער מיט אַ תּנאַי ער זאָל פֿאַרלאָזן דײַטשלאַנד אין צוויי וואָכן אַרום. אין משך פֿון די קומענדיקע פֿינף יאָר האָט ער געלעבט אין פּוילן. אָבער אין 1938 האָט די פּוילישע רעגירונג איבערגעחזרט (אמת אָן אַרעסטירן לעשצינסקין) דעם קונץ פֿון די דײַטשן. זײַנע קריטישע פּובליקאַציעס וועגן פּוילן האָבן אים געמאַכט פֿאַר אַ ניט-אָנגעלייגטן גאַסט אין לאַנד. נאָך אַ קורצער צײַט אין דער שווייץ, איז ער, צוזאַמען מיט דער פֿרוי און דער טאָכטער, געקומען קיין ניו-יאָרק.

די לעצטע זיבן יאָר פֿון זײַן לעבן האָט לעשצינסקי געלעבט אין ישׂראל.


ווערטער און פֿראַזעס

[1] ) זיך באַזעצט (זיך באַזעצן) — לעבן אויף אַן אָרט

[2] ) יוצא-מן-הכּלל [יויצע-מין-האַקלאַל] — אויסנעם

[3] ) געוויזן (ווײַזן) — דעמאָנסטרירן

[4] ) תּושבֿ [טוישעוו] — אײַנוווינער

[5] ) אײַנגעוואָרצלט — זיך גוט אײַנגעאָרדנט צו וווינען

[6] ) מסכּים געווען [מאַסקים זײַן] — אײַנשטימען

[7] ) שלום־בית [שאָלעם־בײַס] — פֿרידן אין דער פֿאַמיליע