אויף די שפּורן פֿון קינד און קײט

Click on the picture to listen the media clip
צייכענונג: איטעלאַ מאַסטבאַום
‫מוזיק און געזאַנג: מאַרק אײַזיקאָוויטש

קוק, ווי שיין דאָס הינטל איז —
לאַנגע אויערן און קורצע פֿיס.
פֿון באָריס סאַנדלער

ייִדישע וויצלינגער: הערשעלע אָסטראָפּאָלער

זוכט ניט קיין נײַעם שכן

הערשעלע אָסטראָפּאָלער האָט געוווינט בײַ אַ קאַרגן, בייזן באַלעבאָס. ער האָט ניט געהאַט קיין געלט צו צאָלן אים דירה־געלט[1]. די צײַט איז געגאַנגען, און הערשעלע האָט ניט געצאָלט.

דער באַלעבאָס האָט זיך מיט אים אָפֿט געקריגט. געדראָט, אַז ער וועט אים אַרויסוואַרפֿן און געפֿונען אַן אַנדער שכן, וואָס וועט צאָלן דירה־געלט.

— דאָס וועט זײַן אַ נאַרישקייט פֿון אײַער זײַט! — האָט אים געזאָגט הערשעלע. — איר דאַרפֿט אַזאַ נאַרישקייט ניט טאָן.

— פֿאַר וואָס? דו צאָלסט דאָך ניט קיין דירה־געלט!

— אַז איר וועט נעמען אַן אַנדער שכן, וועט אײַך אויסקומען זיך צו ברעכן דעם קאָפּ[2]: צי וועט דער נײַער שכן אײַך צאָלן, אָדער ניט צאָלן. און אַז איך וועל ניט צאָלן, ווייסט איר שוין גוט. איז צו וואָס זאָלט איר זיך ברעכן דעם קאָפּ?

אַ ליכטיקע שׂרפֿה[3]

זומער, אין די היצן, האָט זיך אין שטעטל אָנגעהויבן אַ גרויסע שׂרפֿה. עס האָט שוין געברענט אַ גאַנצע גאַס. ביז דער טיפֿער נאַכט האָט מען ניט געקאָנט פֿאַרלעשן דאָס פֿײַער. הערשעלעס שטוב האָט זיך אויך אָנגעצונדן.

הערשעלעס ווײַב, חנה, איז געשטאַנען בײַ דער זײַט, געבראָכן די הענט[4], געוויינט, זיך באַגאָסן מיט ביטערע טרערן:

— וואָס טו איך? מיר זײַנען פֿאַרפֿאַלן! מיר איז וויסט[5] און פֿינצטער...

הערשעלע האָט באַרויִקט זײַן ווײַב:

— נאַרישע פֿרוי, וואָס קלאָגסטו אַזוי? וואָס איז דיר אַזוי פֿינצטער? קוק, ס׳איז אַזוי ליכטיק, אַז ליכטיקער קאָן שוין ניט זײַן!

וואָס איז בעסער?

— הערשעלע, וואָס האָסטו בעסער ליב: אַ רײַכן ברית[6], אָדער אַ רײַכע לוויה[7]?

הערשעלע האָט זיך טיף פֿאַרטראַכט און דערנאָך געענטפֿערט:

— געוויס איז בעסער אַ רײַכער ברית, איידער אַ רײַכע לוויה. פֿון אַ רײַכן ברית איז נאָך דאָ אַ האָפֿענונג, אַז עס וועט אַמאָל זײַן אויך אַ רײַכע לוויה. פֿון אַ רײַכער לוויה וועט שוין גאָרנישט ניט זײַן.

לייען און דערצייל

דער האָז און דער לייב

דער לייב האָט באַגעגנט אַ האָז און געוואָלט אים אויפֿעסן.

— וואַרט אויס, לייב, וואָס וועסטו האָבן פֿון מיר. איך בין אַזאַ קליינינקער און אַזאַ דאַרינקער. קום, וועל איך דיר ווײַזן אַ חיה — האָט זי אַ סך מערער פֿלייש, אָבער איך האָב מורא, אַז זי איז שטאַרקער פֿון דיר.

— וואָס? עס איז דען דאָ אַ חיה שטאַרקער פֿון מיר? ווײַז מיר באַלד וווּ יענע חיה וווינט!

— אוי, טײַערער לייב, דו ווייסט ניט ווי שרעקלעך די חיה איז. זי וווינט אין אַ ברונעם.

— פֿיר מיך באַלד צו דעם ברונעם! — האָט דער לייב אַ געשריי געטאָן.

האָט דער האָז געבראַכט דעם לייב צו אַ ברונעם. דער לייב האָט זיך אַוועקגעשטעלט צו קוקן אין ברונעם אַרײַן. און פֿון דער וואַסער קוקט אויף אים אַן אַנדער לייב.

זאָגט דער האָז:

— זעסט, ווי שרעקלעך די חיה איז? שטיי דאָ, טײַערער לייב, שפּרינג ניט אין דעם ברונעם אַרײַן, ווײַל די חיה דאָרט וועט דיך צערײַסן.

— וואָס? דו מיינסט, איך האָב פֿאַר איר מורא?!

און דער לייב איז אַרײַנגעשפּרונגען אין ברונעם. ער איז שוין דאָרט פֿאַרבליבן אויף שטענדיק.


[1] דירה־געלט [דירע־געלט] — רענט

[2] ברעכן דעם קאָפּ — זאָרגן, איבערטראַכטן

[3] שׂרפֿה [סרייפֿע] — בראַנד, אַ גרויס פֿײַער

[4] געבראָכן די הענט — שטאַרק איבערגעלעבט

[5] וויסט — זייער שלעכט

[6] ברית [בריס] — פֿײַערלעכע צערעמאָניע פֿון באַשנײַדן אַ ייִדיש ייִנגל

[7] לוויה [לעווײַע] — טרויערצוג