סוף סעפּטעמבער האָט "ווײַטער" זיך באַוויזן אויף דעם באַנײַטן וועבזײַטל פֿון "פֿאָרווערטס". איצט וועט איר קאָנען לייענען אײַער צײַטונג אויך אין אַן עלעקטראָנישן פֿאָרמאַט. נאָך מער: אין גיכן, וועט מען קאָנען נישט בלויז לייענען יעדע זײַט פֿון "ווײַטער", נאָר זי אויך הערן, וואָס איז זייער נוצלעך.
די הויפּט־אויפֿגאַבע פֿון דעם באַנײַטן וועבזײַטל פֿון "פֿאָרווערטס" איז צו געבן דעם ליבהאָבער פֿון ייִדיש די מעגלעכקייט סײַ צו לייענען, סײַ צו הערן און סײַ צו זען אינטערעסאַנטע מאַטעריאַלן, פֿאַרבונדן מיטן ייִדישן אַמאָל, הײַנט און מאָרגן.
איר קאָנט שוין איצט הערן, חוץ דער ראַדיאָ־פּראָגראַם אויף ייִדיש "די פֿאָרווערטס־שעה", אויך די פֿאַרכאַפּנדיקע געשיכטעס וועגן די צענדליקער ייִדישע שטעטלעך אין אוקראַיִנע און ווײַסרוסלאַנד, באַגלייט מיט זעלטענע בילדער פֿון די דאָזיקע שטעטלעך. ניט הײַנט־מאָרגן, וועט זיך אויף אַזאַ אופֿן באַווײַזן די סעריע: "שטערן פֿון דער ייִדישער בינע און קינאָ" — וועגן די אַמאָל באַקאַנטע און פֿאַרגעסענע נעמען און געשטאַלטן, אויסצוגן פֿון זייערע ראָלעס; אין דער קלאַנג־ביבליאָטעק פֿון דעם באַנײַטן וועבזײַטל קאָן מען הערן די שענסטע ווערק פֿון ייִדישע שרײַבערס, געלייענט פֿון די בעסטע ייִדישע רעציטאַטאָרן.
מיט איין וואָרט, מיר האָבן גרויסע פּלענער אַרויסצוגיין אויף די עלעקטראָנישע רחבֿותן פֿון דער וווּנדערלעכער אינטערנעץ. שליסט זיך אָן אין אונדזערע פּראָיעקטן מיט אײַערע פֿאָרשלאָגן און גוטע עצות.