- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער גורל פֿון ייִדיש-לימודים אין אוניווערסיטעטן איז אָפֿט אָפּהענגיק פֿון ברייטהאַרציקייט. אויב מע געפֿינט אַ בעל־טובֿה[1] — האָט מען אַזעלכע לימודים, און אויב קיין ספּאָנסאָר זוכט זיך ניט אויס — בלײַבט מען אָן ייִדיש. אַ בשׂורה־טובֿה[2] איז אין מיט-סעפּטעמבער געקומען פֿון אויסטראַליע: ייִדיש איז געראַטעוועט געוואָרן אין דעם אוניווערסיטעט פֿון סידני. די מעשׂה איז אַזאַ: אַ ברייטהאַרציקע פֿרוי, וואָס הייסט נאָרע גודרידזש, האָט געטראַכט וועגן אַ מתּנה פֿאַר איר מאַן, צו זײַן ווערן אַ בן־שמונים[3]. דן גודרידזש איז אַ ליבהאָבער פֿון ייִדיש. צוזאַמען מיט זײַן טאָכטער האָט ער געלערנט ייִדיש אין דעם אוניווערסיטעט פֿון סידני. ביידע — דער טאַטע און די טאָכטער — האָבן אין יאָר 2000 באַקומען דיפּלאָמען אין ייִדיש-לימודים. האָט נאָרע גודרידזש באַשלאָסן[4], אַז די בעסטע מתּנה וועט זײַן, אויב זי וועט פֿאַרזיכערן דעם קיום פֿון ייִדיש אין דעם אוניווערסיטעט. הונדערט טויזט אויסטראַלישע דאָלאַר — אַזוי פֿיל וועט דער אוניווערסיטעט באַקומען יעדעס יאָר ביז 2010. דעם בעל־שׂימחה[5] איז געפֿעלן געוואָרן די מתּנה. ייִדיש לערנט אין דעם אוניווערסיטעט יאַסמינקע (דזשעניפֿער) דאַולינג. אַן אַמעריקאַנער-געבוירענע, האָט זי געמאַכט איר דאָקטאָר-אַרבעט אין אָקספֿאָרד, ענגלאַנד. זי פֿירט אַ קאָלומנע וועגן ייִדיש אין דער ענגלישער צײַטונג פֿון דער אויסטראַלישער קהילה. אַ חוץ סידני, לערנט מען ייִדיש אויך — אין אַ גרעסערן פֿאַרנעם — אין מעלבורן. אַ ייִדיש-לערערין גיט אַ קלאַפּ מיט דער טיר[6] עליע מוידעל, אַ לערערין פֿון ייִדיש, האָט רעזיגנירט פֿון דער טאָראָנטער שול-פֿאַרוואַלטונג. אויף אַזאַ אופֿן האָט זי געמאַכט קלאָר איר באַציִונג צו דעם קאַנאַדער פֿאַראיין פֿון כּלל-אָנגעשטעלטע, CUPE. נאָר מיטגלידער פֿון דעם פֿאַראיין האָבן די רעכט צו לערנען פֿאַר דער טאָראָנטער שול-פֿאַרוואַלטונג. די סיבה פֿון דער רעזיגנירונג איז אַ פּאָליטישע. אין אַ ספּעציעלער רעזאָלוציע האָט דער פֿאַראיין פֿאַראורטיילט דאָס בויען די וואַנט אין ישׂראל, און גערופֿן צו בויקאָטירן ישׂראל. די דאָזיקע רעזאָלוציע איז אָנגענומען[7] געוואָרן שבת, ווען קיין פֿרומע מיטגלידער פֿון דעם פֿאַראיין האָבן ניט געקענט זיך באַטייליקן אין דער אָפּשטימונג. דער ייִדיש-קלאַס, וואָס מוידעל פֿירט פֿאַר לײַט אין עלטער פֿון 50—80 יאָר, האָט זיך ווידער צונויפֿגעקליבן[8] דעם 19טן סעפּטעמבער. איצט איז ער אַרויס פֿון אונטער דעם אויפֿזיכט פֿון דער טאָראָנטער שול-פֿאַרוואַלטונג. אין ייִדישן קולטור-קאָנגרעס
ניו-יאָרקער ליבהאָבער פֿון ייִדיש האָבן פֿאַרשיידענע מעגלעכקייטן צו באַגעגענען זיך. למשל, דאָס וועבזײַטל yiddish.meetup.com העלפֿט צו ווערן אַ מיטגליד פֿון דער גרופּע, וואָס איז נאָר געשאַפֿן געוואָרן דעם 13טן סעפּטעמבער הײַיאָר. אָבער ייִדיש האָט אין דער שטאָט אויך אַנדערע אַדרעסן. דער ייִדישער קולטור-קאָנגרעס איז אַ וויכטיקער ניו-יאָרקער אַדרעס פֿאַר ליבהאָבער פֿון ייִדישער קולטור. אין דעם לאָקאַל פֿון קולטור-קאָנגרעס, וואָס געפֿינט זיך אויף 25 איסט 21סטער גאַס אין מאַנהעטן (טעלעפֿאָן 8040‑505‑212), קומען פֿאָר רעגולער כּלערליי אונטערנעמונגען[9]. זייער פּאָפּולער בײַ דעם עולם איז די "קאַוועהויז"-פּראָגראַם, אין וועלכער עס טרעטן אויף מוזיקער און זינגער ניט בלויז פֿון ניו-יאָרק, נאָר אויך פֿון איבער דער גאָרער וועלט. למשל, אין דער טעמאַטישער פּראָגראַם "ייִדישע אימיגראַציע" האָבן זיך באַטייליקט חיים וואָלף, מרים-חיה סגל, ביילע גאָטעסמאַן און די חזנטע חנה סלאַק. דאָס "קאַפֿעהויז" פֿוילט זיך ניט און פֿון צײַט צו צײַט פֿירט דורך אונטערנעמונגען ניט אין זײַן מאַנהעטענער הויפּטקוואַרטיר, נאָר אין דעם ברוקלינער "טעמפּל בית-אלקים". דעם סעזאָן האָט דאָס "קאַפֿעהויז" פֿאַרענדיקט אין מאַנהעטן מיט דרײַ קאָנצערטן. אין מײַ איז אויפֿגעטראָטן דער יונגער מאָסקווער-געבוירענער זינגער יורי וועדעניאַפּין (איצט איז ער דער ייִדיש-לעקטאָר אין האַרוואַרד). ער האָט געזונגען זעלטן-געהערטע לידער אונטער זײַן אייגענער באַגלייטונג אויף אַ גיטאַרע. אין יוני איז געווען אַ לעקציע-קאָנצערט: ר׳ לייזער אַברבנאל האָט דערציילט וועגן חסידישער נגינה און געזונגען מוסטערן פֿון דעם דאָזיקן מוזיק־זשאַנער. סוף יוני איז דער בעל-שׂימחה געווען דער זינגער און אַקטיאָר חיים וואָלף: ניט לאַנג צוריק איז אַרויס זײַן קאָמפּאַקטל[10] "ייִדישע לידער פֿאַר דער נשמה". וואָלף האָט יאָרן לאַנג געשפּילט אין דער "פֿאָלקסבינע". ער האָט רעקאָרדירט לידער פֿון פֿאַרשיידענע שטימונגען — ראָמאַנטישע, שׂימחהדיקע און הומאָריסטישע. באַשטעלן דאָס קאָמפּאַקטל קען מען דורך cycorecords@aol.com. אין דעם ניו-יאָרקער ייִדישן קולטור-קאָנגרעס הייבט זיך אָן אַ נײַער סעזאָן. וועגן זײַנע אונטערנעמונגען קען מען זיך דערוויסן אויף די זײַטן פֿון "פֿאָרווערטס". ווערטער און פֿראַזעס [1] ) בעל-טובֿה [באַלטויווע] — וווילטוער [2] ) בשׂורה־טובֿה [בסורע־טויווע] — גוטער אָנזאָג [3] ) בן-שמונים [בענשמוינים] — 80–יאָריקער מאַן [4] ) באַשלאָסן (באַשליסן) — דעצידירט [5] ) בעל־שׂימחה [באַלסימכע] — יובילאַר, מענטש וואָס מערקט אָפּ אַ פֿריילעכע געשעעניש אין זײַן לעבן [6] ) אַ קלאַפּ טאָן מיט דער טיר — זיך באַליידיקן און פֿאַרלאָזן אַן אָרט צי אַ שטעלע [7] ) אָנגענומען (אָננעמען) — באַשטעטיקט [8] ) צונויפֿגעקליבן (צונויפֿקלײַבן) — קאָנצענטרירט אין איין אָרט |