אויף דער ״ייִדיש־וואָך״ פֿון ״יוגנטרוף״, 2006 |
עס זײַנען דאָ מענטשן, וואָס האָבן ייִדיש אַזוי שטאַרק ליב, אַז זיי טראָגן זיך אַרום מיטן געדאַנק צו דערציִען זייערע קינדער אויף ייִדיש. בײַ די חסידים איז דאָס רעדן ייִדיש מיט די קינדער אַ טאָג־טעגלעכע זאַך, און עס זײַנען נאָך הײַנט פֿאַראַן משפּחות פֿון "ייִדישיסטן", וווּ טאַטע־מאַמע האָדעווען אויס אַ נײַעם דור אויף מאַמע־לשון. אָבער פּראַקטיש גערעדט: ווי אַזוי געפֿינט מען אַ ייִדיש־רעדנדיק מיידל אָדער אַ בחור, מען זאָל קענען דערציִען די קינדער?
עס זײַנען פֿאַראַן עטלעכע מעגלעכקייטן.
א. מען קען גיין אויף די ייִדיש־אונטערנעמונגען און פֿאַרברענגען מיט די אַנדערע ייִדיש־ליבהאָבערס. אפֿשר באַהאַלט זיך אײַער באַשערטע(ר) הינטער שלום־עליכמס אַ באַנד בײַ עפּעס אַ לייענקרײַז, אָדער זיצט מיט אײַך צוזאַמען אין אַ טונקעלער אוידיטאָריע פֿונעם ייִדישן טעאַטער? צווישן די ייִדישיסטן איז דאָס טאַקע פֿאָרגעקומען עטלעכע מאָל און זעלטן, וואָס די קינדער פֿון אַזעלכע פּאָרפֿעלקער רעדן נישט אַ פּרעכטיקן ייִדיש. אָבער די צאָל ייִדיש־גרופּעס איז קליין, און ס׳רובֿ אָנטיילנעמער זײַנען, געוויינטלעך, עלטערע לײַט.
ב. מען קען זיך באַניצן מיט דער אינטערנעץ. אויף די ייִדישע שדכנות־וועבזײַטלעך "דזשיי־דייט" (Jdate) אָדער "פֿרומסטער", וווּ מען קען אויסקלײַבן אַן אַדרעס צווישן די טויזנטער נישט־חתונה־געהאַטע מענטשן און זיך פֿאַרבינדן מיט אים. דאָרט האָט מען אויך די ברירה צו זוכן בלויז די מענטשן, וואָס רעדן אַ געוויסע שפּראַך, ווי ייִדיש. ס׳זעט אויס, ווי די בעסטע לייזונג, ווײַל אַזוי אַרום קען מען געפֿינען הונדערטער, אַפֿילו טויזנטער יונגע ייִדיש־רעדערס איבער דער וועלט. אָבער צום באַדויערן, לויט אַן אומפֿאָרמעלער אויספֿאָרשונג, קענען די דאָזיקע מענטשן, בדרך־כּלל, בלויז אַ פּאָר ווערטער אויף ייִדיש, אָדער זינגען אַ ייִדיש ליד. נישט געקוקט אויף דעם, ווייס איך שוין וועגן איין קינד געבוירן בײַ די ייִדיש־רעדנדיקע עלטערן, וואָס האָבן זיך באַקענט דורך דער אינטערנעץ.
ג. מען קען זוכן אַ שידוך אין דער חסידישער וועלט. חסידים רעדן שוין ייִדיש, איז איין מאָל אַוועק. אָבער ס׳רובֿ חסידים זײַנען נישט פֿאַראינטערעסירט צו פֿאַרברענגען מיט אַנדערע מינים מענטשן, למשל, מיט ייִדן, וואָס זײַנען נישט זייער פֿרום. דערצו, לעבן די מענער און פֿרויען בײַ זיי כּמעט אין גאַנצן באַזונדער, און אַ בחור טאָר אַפֿילו נישט קוקן אויף אַ מיידל. מען קען זיך טרעפֿן מיט אַזעלכע חסידים, וואָס זײַנען "אַראָפּ פֿונעם גלײַכן וועג" און פֿאַרברענגען יאָ מיט "אַפּיקורסים", אָבער זיי זײַנען ווייניק אין צאָל.
ד. סוף־כּל־סוף, מוז מען נישט זוכן דווקא אַ ייִדיש־רעדער, מע קען זיך פֿאַרליבן אין אַ מענטש, וואָס האָט אפֿשר אַנדערע מעלות, און אים שפּעטער אויסלערנען די שפּראַך. דאַכט זיך, אַז בײַ די ייִדישיסטן איז דאָס זייער אָפֿט פֿאָרגעקומען, און נישט זעלטן רעדן זייערע קינדער אויך ייִדיש. אָבער עס שטעקט אין דעם אַ סכּנה: עס קען זיך טרעפֿן, אַז דער אַנדערער מענטש וויל נישט, אָדער קען זיך די שפּראַך נישט אויסלערנען. אפֿשר וועט מען, חלילה, אַנטדעקן, אַז מען האָט חתונה געהאַט מיט אַ באַהאַלטענעם העברעיִסט, וואָס האָט ייִדיש פֿײַנט ווי חזיר?
מײַנע טײַערע מענטשן, ס׳איז גאָר נישט קיין קלייניקייט צו געפֿינען אַ זיווג. עס קען דאָס זוכעניש זיך ציִען אָן אַן עק. ס׳זענען דאָ מענטשן, וואָס ווערן אַלט און גרוי און געפֿינען קיינעם נישט. צו וואָס דאַרף מען זיך מאַטערן מיט נאָך מער באַדינגונגען? גענוג וואָס ער/זי דאַרף זײַן שיין, אינטעליגענט, רײַך, ספּאָרטיוו, גוט געבילדעט... פֿאַר אַלעמען דאַרף זײַן ליבע, און ערשט דערנאָך — ייִדיש!