- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
בײַ ייִדן, אַז מע וויל אַרויסברענגען דעם ייִחוס פֿונעם קינד, זאָגט מען: "ער איז אַ טאַטנס אַ קינד". מיר דערציילן אין יעדן "ווײַטער"־נומער וועגן דעם נעכטן פֿון דער צײַטונג "פֿאָרווערטס", כּדי איר, טײַערע לייענער, זאָלט וויסן, אַז אונדזער "ווײַטער" האָט זײַן ייִחוס, און דער ייִחוס איז גאָר ניט קיין קליינער. כּמעט פֿיר דורות ייִדיש־לייענער אין אַמעריקע און איבער דער וועלט האָבן זיך צוגעהערט צו דער מיינונג פֿון די "פֿאָרווערטס"־שרײַבער. צווישן זיי זײַנען אויך געווען די זיילן פֿון דער ייִדישער פּרעסע און ליטעראַטור. הײַנטיקע צײַטן קען זײַן שווער אַפֿילו צו געפֿינען אַ מענטש, מיט וועמען מע קען רעדן אַ ייִדיש וואָרט. ווען איך האָב ערשט זיך אָנגעהויבן לערנען ייִדיש, האָב איך ניט געוווּסט וווּהין צו גיין. אָבער זייער גיך האָב איך אַנטדעקט די אָרגאַניזאַציע "יוגנטרוף", וואָס שאַפֿט געלעגנהייטן צו רעדן, לייענען, שרײַבן, זינגען און פֿאַרברענגען אויף ייִדיש, ספּעציעל פֿאַרן ייִנגערן דור. מיט 65 יאָר צוריק, דעם 29סטן און 30סטן סעפּטעמבער 1941, האָט די "אײַנזאַצגרופּע" (מאָבילע פֿאַרטיליקונג-מחנה) פֿון דער דײַטשישער אַרמיי דערהרגעט איבער דרײַסיק טויזנט ייִדישע תּושבֿים פֿון קיִעוו, די הויפּטשטאָט פֿון אוקראַיִנע. אין אָנדענק פֿון דעם נאַציסטישן פֿאַרברעכן האָט דער רוסישער דיכטער יעווגעני יעווטושענקאָ געשאַפֿן די פּאָעמע "באַבי יאַר", וואָס איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן צום 20סטן יאָרטאָג פֿון דער שחיטה[1]. דאָס ווערק איז געוואָרן אַ וויכטיק געשעעניש אין דעם פּאָליטישן און קולטורעלן לעבן פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. דער באַקאַנטער קאָמפּאָזיטאָר דמיטרי שאָסטאַקאָוויטש האָט די פּאָעמע אײַנגעגלידערט[2] אין זײַן סימפֿאָניע נומ׳ 13. איינער פֿון די טשאַרניס ברוך-נחמן טשאַרני איז מער באַקאַנט פֿון זײַן פּאַרטיייִשן נאָמען — וולאַדעק. ער איז געבוירן געוואָרן אין דעם שטעטל דוקאַר, וואָס געפֿינט זיך אין ווײַסרוסלאַנד. זײַן משפּחה האָט געגעבן דער ייִדישער ליטעראַטור דעם קריטיקער שמואל ניגער און דעם דיכטער דניאל טשאַרני. וולאַדעק איז אויך געווען אַקטיוו אין דער ליטעראַטור און, דער עיקר, ווי אַ זשורנאַליסט. ער האָט געשריבן לידער און דערציילונגען. אין 1903 איז וולאַדעק געוואָרן אַ מיטגליד פֿון אַ פּועלי-ציוניסטישער[1] גרופּע; אָבער אין גיכן האָט אים די רוסישע פּאָליציי אַרעסטירט. אין דער מינסקער תּפֿיסה איז וולאַדעק געוואָרן אַן אָנערקענטער פֿירער צווישן די פּאָליטישע אַרעסטאַנטן. |