מיט 65 יאָר צוריק, דעם 29סטן און 30סטן סעפּטעמבער 1941, האָט די "אײַנזאַצגרופּע" (מאָבילע פֿאַרטיליקונג-מחנה) פֿון דער דײַטשישער אַרמיי דערהרגעט איבער דרײַסיק טויזנט ייִדישע תּושבֿים פֿון קיִעוו, די הויפּטשטאָט פֿון אוקראַיִנע. אין אָנדענק פֿון דעם נאַציסטישן פֿאַרברעכן האָט דער רוסישער דיכטער יעווגעני יעווטושענקאָ געשאַפֿן די פּאָעמע "באַבי יאַר", וואָס איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן צום 20סטן יאָרטאָג פֿון דער שחיטה[1]. דאָס ווערק איז געוואָרן אַ וויכטיק געשעעניש אין דעם פּאָליטישן און קולטורעלן לעבן פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. דער באַקאַנטער קאָמפּאָזיטאָר דמיטרי שאָסטאַקאָוויטש האָט די פּאָעמע אײַנגעגלידערט[2] אין זײַן סימפֿאָניע נומ׳ 13.

הײַנט איז יעווטושענקאָ אַ פּראָפֿעסאָר אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אָבער אין אויגוסט און אין סעפּטעמבער האָט מען אים ווייניק געזען צווישן די סטודענטן. דעם 15טן אויגוסט איז ער אויפֿגעטראָטן אין מאָסקווע פֿאַר אַ פֿול-געפּאַקטן זאַל אין דעם צענטראַלן שרײַבער-הויז. דעם 27סטן סעפּטעמבער האָט ער געלייענט זײַנע לידער, אין רוסיש און ענגליש, אין דעם ניו-יאָרקער מוזיי פֿון ייִדישן עזבֿון[3].

דער דיכטער האָט דערציילט, ווי ער איז געקומען קיין קיִעוו אין 1961 און געווען שאָקירט, דערזעענדיק דאָס בילד אויפֿן אָרט פֿון דער שחיטה. קיין דענקמאָל איז דאָרטן ניט געשטאַנען. דאָס אָרט האָט מען גענוצט ווי אַ מיסטפּלאַץ. דרײַ צי פֿיר שעה האָט געדויערט דער פּראָצעס פֿון שאַפֿן די פּאָעמע. אַ סך לענגער איז געווען דער וועג צום פֿאַרעפֿנטלעכן זי אין אַ סאָוועטישער אויסגאַבע.

אַ ניו-יאָרקער מעמאָריאַל לזכּרון דער מינסקער געטאָ

די קרבנות פֿון באַבי יאַר
די קרבנות פֿון באַבי יאַר

גאָר ניט ווײַט פֿון דעם רוסיש-ייִדישן ברײַטאָן-ביטש געפֿינט זיך אַ קליינער מעמאָריאַל־פּאַרק פֿון דער געגנט שיפּסהעד־ביי. דעם 29סטן אָקטאָבער האָט מען דאָרטן געשטעלט אַ שטיין, אַן אָנדענק-מצבֿה נאָך די איבער 100 טויזנט ייִדן, וועלכע מע האָט אומגעבראַכט אין דער מינסקער געטאָ אין די יאָרן 1941—1943. דאָס איז געווען די גרעסטע געטאָ אויף דער סאָוועטישער טעריטאָריע.

קיין מינסק איז די דײַטשישע אַרמיי אַרײַן שוין דעם 28סטן יוני 1941, אויפֿן זעקסטן טאָג נאָכן אָנפֿאַל אויף דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. ביזן 16טן יולי האָבן די אָקופּאַנטן שוין באַוויזן צו פֿאַררעגיסטרירן די היגע ייִדן. דעם 19טן יולי האָט די דײַטשישע מאַכט געמאָלדן, אַז די ייִדן האָבן פֿינף טעג, כּדי זיך אַריבערצוקלײַבן אין געטאָ, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אין אַ צפֿון-מערבֿדיקער געגנט פֿון דער ווײַסרוסישער הויפּטשטאָט.

דעם 2טן מאַרץ 1942 האָבן די פֿאַשיסטן דערשאָסן פֿינף טויזנט ייִדן. די אַקציע איז דורכגעפֿירט געוואָרן אין דער געטאָ, לעבן אַ צוגעגרייטער גרוב. פֿון דעמאָלט אָן האָט מען דאָס אָרט גערופֿן — "יאַמאַ", וואָס מיינט אויף רוסיש "גרוב". די מינסקער ייִדן האָבן נאָך דער מלחמה אויפֿגעשטעלט דאָרט אַ דענקמאָל, מיט אויפֿשריפֿטן אויף ייִדיש און רוסיש.

דעם 21סטן אָקטאָבער 1943 האָט די מינסקער געטאָ אויפֿגעהערט צו עקזיסטירן. אין יענעם טאָג זײַנען אומגעבראַכט געוואָרן אירע לעצטע צוויי טויזנט אײַנוווינער.

קיין נאָבעל-פּריז האָט די נאָבעלע פֿרוי ניט באַקומען

אירענאַ סענדלער
אירענאַ סענדלער

צווישן די קאַנדידאַטן אויף צו באַקומען דעם הײַיאָריקן נאָבעל-פּריז פֿאַר שלום איז געווען די 96־יאָריקע וואַרשעווער אײַנוווינערין אירענאַ סענדלער. אין די יאָרן פֿון דער דײַטשישער אָקופּאַציע האָט זי געהערט צו אַ גרופּע קריסטלעכע יונגע־לײַט, וואָס האָבן געהאָלפֿן די ייִדן, פֿאַרשפּאַרטע הינטער די ווענט פֿון דער וואַרשעווער געטאָ.

פֿון 1940 האָבן די ניט-ייִדן ניט געטאָרט אַרײַנגיין אין דער געטאָ. אָבער די באַאַמטע פֿון סאַניטאַרע דינסטן האָבן יאָ געהאַט אַזאַ דערלויבעניש. די דײַטשן האָבן מורא געהאַט פֿאַר עפּידעמיעס, וועלכע האָבן געקענט זיך פֿאַרשפּרייטן איבער דער גאַנצער שטאָט. האָט אירענאַ זיך אײַנגעאָרדנט אַרבעטן אין אַזאַ דינסט. דאָס זעלבע האָבן געטאָן אירע פֿרײַנד. זיי פֿלעגן ברענגען אין דער געטאָ עסנוואַרג, געלט און רפֿואות.

די גרופּע פֿלעגט קריגן אינפֿאָרמאַציע וועגן ליקווידאַציע-אַקציעס אין פֿאַרשיידענע טיילן פֿון דער געטאָ. אירענאַ און אירע חבֿרים האָבן געבעטן די פֿאַראורטיילטע ייִדישע עלטערן זיי אָפּצוגעבן זייערע קינדער, ווײַל די קינדער איז געווען גרינגער אַרויסצופֿירן פֿון דער געטאָ. למשל, גאָר קליינע קינדער האָט מען געקענט פֿאַרבאַהאַלטן אין מיסט, וואָס מע האָט אַרויסגעפֿירט פֿון דער געטאָ. בסך-הכּל, זײַנען אַזוי געראַטעוועט געוואָרן צוויי מיט אַ האַלבן טויזנט ייִדישע קינדער.

אין אָקטאָבער 1943 האָט עמעצער געמסרט[4] אירענאַ סענדלער. אָבער אין "געסטאַפּאָ" האָט זי אויסגעהאַלטן אַלע פּײַניקונגען און קיינעם ניט אַרויסגעגעבן. צו איר מזל, האָט זיך אירע פֿרײַנד אײַנגעגעבן צו געפֿינען אַ "געסטאַפּאָ"-אָנגעשטעלטן, וואָס איז פֿאַר געלט גרייט געווען צו באַפֿרײַען דאָס מיידל. ער האָט אַרײַנגעשריבן אין די דאָקומענטן, אַז זי איז כּלומרשט געשטאָרבן.


ווערטער און פֿראַזעס

[1] שחיטה [שכיטע] — מאַסנמאָרד

[2] אײַנגלידערן (אײַנגעגלידערט) — אינטעגרירן ווי אַ טייל פֿון עפּעס

[3] עזבֿון [איזאָוון] — ירושה; ניט-פּובליקירטע ווערק פֿון אַ פֿאַרשטאָרבענעם מחבר

[4] געמסרט, מסרן [געמאַסערט] — צוטראָגן אויף עמעצן