‫אַ גרופּע פֿון ״יוגנטרופֿניקעס״, זומער 2006 ‬
‫אַ גרופּע פֿון ״יוגנטרופֿניקעס״, זומער 2006 ‬

הײַנטיקע צײַטן קען זײַן שווער אַפֿילו צו געפֿינען אַ מענטש, מיט וועמען מע קען רעדן אַ ייִדיש וואָרט. ווען איך האָב ערשט זיך אָנגעהויבן לערנען ייִדיש, האָב איך ניט געוווּסט וווּהין צו גיין. אָבער זייער גיך האָב איך אַנטדעקט די אָרגאַניזאַציע "יוגנטרוף", וואָס שאַפֿט געלעגנהייטן צו רעדן, לייענען, שרײַבן, זינגען און פֿאַרברענגען אויף ייִדיש, ספּעציעל פֿאַרן ייִנגערן דור.

אויף דער "ייִדיש־וואָך", למשל, וואָס קומט פֿאָר יעדעס יאָר די לעצטע וואָך פֿון אויגוסט, פֿאַרברענגען צוזאַמען איבער 150 "יוגנטרופֿניקעס" אין אַ שיינעם זומער־לאַגער, וווּ ענגליש איז אַ פֿרעמדע שפּראַך. מע טוט אַלץ אויף מאַמע־לשון — מע שמועסט אין עסזאַל, מע שווימט אין דער אָזערע, מע הערט אַ רעדע, אָדער מע שפּילט "הילקע־פּילקע" (softball). אַפֿילו די קליינע קינדער רעדן דאָרט ייִדיש, און עס קומען אַהין אַ סך יונגע-לײַט און סטודענטן, וואָס מע קען מיט זיי זיך פֿאַרחבֿרן. פֿרײַטיק־צו־נאַכטס זינגט מען ביז שפּעט אין דער נאַכט ייִדישע לידער. און ווען די וואָך קומט צום סוף און אַלע פֿאָרן אַהיים, קוקט מען שוין אַרויס אויף איבער אַ יאָר.

ווי אַזוי האַלט מען אויס די לאַנגע ווינטער־חדשים, וואַרטנדיק אויף דער קומענדיקער "ייִדיש־וואָך"? אין משך פֿון אַ גאַנץ יאָר קומען פֿאָר אַנדערע אונטערנעמונגען, אַזוי ווי דער "ייִדיש־טאָג" אין מיטן פֿעברואַר, פֿול מיט אַקטיוויטעטן, לעקציעס, און מוזיק. ייִדישע שרײַבער און פּאָעטן נעמען אָנטייל אין דעם "יוגנטרוף"־שרײַבקרײַז, וווּ זיי לייענען פֿאָר און רעדן אַרום זייערע אייגענע מעשׂיות און לידער, וואָס אַ טייל פֿון זיי ווערן געדרוקט אין דעם "יוגנטרוף"־זשורנאַל.

מען קען זיך לערנען ייִדיש אין אַ "יוגנטרוף"־קלאַס, און יעדע וואָך קומען זיך צונויף קלענערע גרופּעס, די אַזוי גערופֿענע "סבֿיבֿות", וווּ מע שמועסט און מע לייענט ייִדישע ליטעראַטור. אויף דעם אופֿן פּרוּווט מען אַרײַנצוברענגען ייִדיש אין אונדזער טאָג־טעגלעך לעבן.

יונגע מענטשן האָבן געגרינדעט "יוגנטרוף" אין יאָר 1964. ניט ווייניק מיטגלידער זײַנען געוואָרן חשובֿע פּראָפֿעסאָרן און לערער פֿון ייִדיש, און די איבעריקע האַלטן אויך אָן ביז הײַנט זייער ליבע צו ייִדיש און זייער פֿאַרבינדונג מיט דער אָרגאַניזאַציע. אָבער נאָך אַזוי פֿיל יאָרן זעט מען הײַנט אַ סך גרויע קעפּ אויף די אונטערנעמונגען. די אָרגאַניזאַציע האָט זיך באַמיט אַרײַנצוברענגען אין אירע רייען פֿריש בלוט, און עס איז שוין פֿאַראַן אַ נײַער דור "יוגנטרופֿניקעס".

דרײַ יונגע מיטגלידער — מינע־ליפֿשע ווישוואַנאַט, שפֿרה ווײַטמאַן, און יהודית וואַלעצקי — האָבן געהאָלפֿן דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָרשע, מירע מיניעווסקי, צו אָרגאַניזירן די פֿאַרגאַנגענע "ייִדיש־וואָך" און געבן דער אָרגאַניזאַציע אַ נײַ פּנים. בײַם סוף פֿון דער וואָך האָבן די יונגע מענטשן זיך פֿאַרזאַמלט, כּדי אַרומצורעדן, ווי אַזוי צוצוציִען נײַע מיטגלידער און שאַפֿן אַקטיוויטעטן, וואָס זײַנען מער אינטערעסאַנט פֿאַר יונגע מענטשן. מיט אַ פּאָר וואָכן שפּעטער האָט די עקזעקוטיווע פֿון "יוגנטרוף" אַרײַנגענומען עטלעכע פֿון זיי אין די פֿאַרשיידענע קאָמיטעטן, וואָס שאַפֿן די פּראָגראַם פֿאַרן קומענדיקן יאָר. נאָך אַ מאָל נעמט די יונגט אָן אַ פֿירנדיקע ראָלע.

קוקט אויפֿן וועבזײַטל www.yugntruf.org און איר וועט געפֿינען אַ סך פּרטים וועגן דער אָרגאַניזאַציע און אַ קאַלענדאַר פֿון אירע אַקטיוויטעטן. איינע פֿון די "סבֿיבֿות" טרעפֿט זיך אויף דער "אַפּער וועסט סײַד" פֿון מאַנהעטן און ס׳רובֿ אָנטיילנעמער זײַנען סטודענטן. אויב איר וווינט ניט אין ניו־יאָרק, איז טאַקע ניט גרינג זיך צו באַטייליקן. אָבער פֿאַרלירט ניט די האָפֿענונג! איר קענט גרינדן אַ ייִדיש־גרופּע דאָרט, וווּ איר וווינט.