- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
שלאָפֿן גייט דער שוואַרצער קאָטער —
ייִדישע וויצלינגער: הערשעלע אָסטראָפּאָלער אַ שלעכטער טאָג דאָנערשטיק האָט הערשעלעס ווײַב געבעטן בײַ אים געלט אויף שבת. טוט הערשעלע אַ קנייטש מיט די אַקסלען און זאָגט: — פֿאַרשטייסט, מײַן טײַערע, דאָנערשטיק איז פֿאַר מיר זייער אַ שווערער טאָג. אַ ביטערער טאָג! — פֿאַר וואָס, הערשעלע? — קיין מאָל האָב איך נאָך קיין גוטן דאָנערשטיק ניט געהאַט. דאָנערשטיק בין איך געבוירן געוואָרן, האָסטו איינס. דאָנערשטיק האָט מען מיך געמלט[1], האָסטו צוויי. דאָנערשטיק האָב איך מיט דיר חתונה געהאַט, און פֿון דעמאָלט אָן קומסטו צו מיר יעדן דאָנערשטיק און האַקסט מיר אין קאָפּ, איך זאָל דיר געבן אויף שבת. האָסטו דרײַ! און קיין געלט איז ניטאָ... אַ שלעכטער טאָג איז דער דאָנערשטיק! אַ גאָלדענער פּלאַן אין שיל בײַ דער הרובע זײַנען געזעסן עטלעכע ייִדן און געטראַכט ווי אַזוי איבערצובויען די וועלט, אַז אַלעמען זאָל זײַן גוט און פֿײַן; וועגן אָרעם און רײַך; פֿאַר וואָס איז דאָס לעבן בײַ איינעם אַ יום־טובֿ, און בײַם צווייטן — אַן אָפּקומעניש[2]. — אײַ, ווען אַלע מענטשן זאָלן האָבן פֿון וואָס צו לעבן, וואָלט קיין דלות[3] אויף דער וועלט ניט געווען. זאָגט דער צווייטער: — דער דלות דערגייט די יאָרן[4], און איך האָב אַזאַ פּלאַן: אַלע מענטשן זאָלן צונויפֿלייגן זייער געלט, צירונג, הײַזער אין איין קאַסע, און יעדער איינער זאָל נעמען פֿון דער קאַסע וויפֿל ער דאַרף האָבן. — אײַ, אַ גאָלדענער פּלאַן! — האָבן אַלע אין שיל גענומען שרײַען, — נו, און וואָס וועט זאָגן אונדזער הערשעלע אָסטראָפּאָלער? — איך טראַכט אויך, אַז דאָס וואָלט געווען אַ גאָלדענער פּלאַן, — ענטפֿערט הערשעלע, — לאָמיר זיך צעטיילן מיט דער אַרבעט. איך נעם זיך אונטער[5] אויספֿירן בײַ די קבצנים[6] זיי זאָלן אַרײַנטראָגן אין דער קאַסע זייער גאַנץ פֿאַרמעגן, און איר פֿירט אויס בײַ די גבֿירים[7] זיי זאָלן אַרײַנלייגן אין דער קאַסע זייער גאַנץ פֿאַרמעגן. לייען און דערצייל
דער שוואַן, דער העכט און דער קרעפּס
(אַ משל)
ווען בײַ חבֿרים אייניקייט פֿעלט אויסעט, וועט שוין די אַרבעט זיך בײַ זיי ניט קלעפּן, און ניט קיין אַרבעט וועט עס זײַן, נאָר צרות גרויסע. דער העכט, דער קרעפּס, דער שוואַן האָבן זיך אין אַ וואָגן משׂא[8] אײַנגעשפּאַנט און אַלע דרײַ גענומען שלעפּן. זיי קריכן פֿון דער הויט — דער וואָגן וויל ניט פֿאָלגן! די משׂא איז פֿאַר זיי, מיר דאַכט, ניט אַזוי שווער, ניט מער: דער שוואַן וויל שלעפּן צו די וואָלקנס, דער קרעפּס קריכט אָפּ צוריק, דער העכט ציט גאָר אין טײַך. און ווער איז שולדיק דאָ, און ווער איז דאָ גערעכט — דער שוואַן, דער קרעפּס צי אפֿשר גאָר דער העכט? איך ווייס באַגלײַך מיט אײַך, נאָר איין זאַך מוז מען זאָגן פֿאָרט: דער וואָגן שטייט ביז הײַנט נאָך דאָרט. [*] פֿאַרבלאָנדזשעט (פֿאַרבלאָנדזשען) — פֿאַרלוירן דעם ריכטיקן וועג [1] געמלט, מלן [געמאַלעט, מאַלן] — באַשנײַדן דאָס ייִנגעלע לויטן ייִדישן געזעץ [2] אַן אָפּקומעניש — שווער לעבן [4] דערגייט די יאָרן (דערגיין) — לאָזט ניט רויִק לעבן [5] נעם זיך אונטער (אונטערנעמען זיך) — זײַן פֿאַראַנטוואָרטלעך [6] קבצנים [קאַפּצאָנים] — אָרעמע מענטשן |