בײַ ייִדן, אַז מע וויל אַרויסברענגען דעם ייִחוס פֿונעם קינד, זאָגט מען: "ער איז אַ טאַטנס אַ קינד". מיר דערציילן אין יעדן "ווײַטער"־נומער וועגן דעם נעכטן פֿון דער צײַטונג "פֿאָרווערטס", כּדי איר, טײַערע לייענער, זאָלט וויסן, אַז אונדזער "ווײַטער" האָט זײַן ייִחוס, און דער ייִחוס איז גאָר ניט קיין קליינער. כּמעט פֿיר דורות ייִדיש־לייענער אין אַמעריקע און איבער דער וועלט האָבן זיך צוגעהערט צו דער מיינונג פֿון די "פֿאָרווערטס"־שרײַבער. צווישן זיי זײַנען אויך געווען די זיילן פֿון דער ייִדישער פּרעסע און ליטעראַטור.
ייִדן, ווי באַקאַנט, זײַנען פֿון תּמיד אָן געווען פּרעסע־מענטשן. די ערשטע פּעריאָדישע צײַטונג אויף ייִדיש, "קורנטין", איז אַרויס אין אַמסטערדאַם אין יאָר 1686. אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע האָט די ערשטע צײַטונג אויף ייִדיש, "די פּאָסט", דערזען די ליכטיקע שײַן אין 1870, אין סאַמע ברען פֿון דער פּרײַסיש־פֿראַנצויזישער מלחמה. מיט 27 יאָר שפּעטער האָט אין ניו־יאָרק אָנגעהויבן איר לאַנג־יאָריקן וועג די צײַטונג "פֿאָרווערטס".
הײַנט איז דער "פֿאָרווערטס" די עלטסטע ייִדישע צײַטונג אויף דער גאַנצער וועלט. ווען מיר זאָגן "ייִדישע", מיינט עס, קודם־כּל, אַז זי איז געשריבן אין ייִדיש, אויף דער שפּראַך, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין די טיפֿענישן פֿון דעם אַשכּנזישן ייִדנטום. עס וועט ניט זײַן קיין גוזמא צו זאָגן, אַז מיר, די יורשים פֿון דעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום, טראָגן אין זיך אַ ייִדיש־גען.
אָפּצוהיטן דאָס ייִדישע וואָרט און טראָגן עס ווײַטער (אויך דורך "ווײַטער"), איז אַ באַזונדער שליחות, וואָס דער "פֿאָרווערטס" פֿירט אויס אויף זײַנע שפּאַלטן.