איינער פֿון די טשאַרניס

ברוך-נחמן טשאַרני איז מער באַקאַנט פֿון זײַן פּאַרטיייִשן נאָמען — וולאַדעק. ער איז געבוירן געוואָרן אין דעם שטעטל דוקאַר, וואָס געפֿינט זיך אין ווײַסרוסלאַנד. זײַן משפּחה האָט געגעבן דער ייִדישער ליטעראַטור דעם קריטיקער שמואל ניגער און דעם דיכטער דניאל טשאַרני. וולאַדעק איז אויך געווען אַקטיוו אין דער ליטעראַטור און, דער עיקר, ווי אַ זשורנאַליסט. ער האָט געשריבן לידער און דערציילונגען.

אין 1903 איז וולאַדעק געוואָרן אַ מיטגליד פֿון אַ פּועלי-ציוניסטישער[1] גרופּע; אָבער אין גיכן האָט אים די רוסישע פּאָליציי אַרעסטירט. אין דער מינסקער תּפֿיסה איז וולאַדעק געוואָרן אַן אָנערקענטער פֿירער צווישן די פּאָליטישע אַרעסטאַנטן. אונטער דער השפּעה[2] פֿון אַ פּאָר בונדיסטן[3] האָט ער געביטן זײַן פּאָליטישע אַפֿיליאַציע — פֿון פּועלי-ציוניזם צו בונדיזם.

נאָך דער באַפֿרײַונג איז ער גלײַך אַרײַן אינעם קרײַז פֿון די אָנגעזעענע בונדיסטן. ער האָט געפֿירט לעגאַלע און אומלעגאַלע פּאַרטיייִשע אַרבעט אין ווײַסרוסלאַנד, ליטע און פּוילן. טאַקע אין פּוילן האָט ער זיך גענומען דעם פּאַרטיייִשן פּסעוודאָנים "וולאַדעק", וועלכן ער האָט שפּעטער, שוין אין אַמעריקע, אָנגענומען פֿאַר זײַן פֿאַמיליע-נאָמען. אין 1907 האָט ער זיך באַטייליקט אין דעם לאָנדאָנער צוזאַמענפֿאָר פֿון דער רוסלענדישער סאָציאַל-דעמאָקראַטישער אַרבעטער-פּאַרטיי בראָש מיט לענינען[4]. דעמאָלט האָט דער "בונד" מיטגעאַרבעט מיט לענינען און זײַן חבֿרה.

אַמעריקאַנער סאָציאַליסט

אין דעם זעלבן יאָר איז וולאַדעק געקומען קיין אַמעריקע. צו יענער צײַט האָט ער שוין געהאַט אַ גוטן שם[5] צווישן די ייִדישע סאָציאַליסטן. ער האָט זיך אַרײַנגעגאָסן אין דער אַמעריקאַנער סאָציאַליסטישער באַוועגונג. גאַנץ גיך האָט ער זיך אויסגעלערנט די ענגלישע שפּראַך און איז אויפֿגעטראָטן פֿאַרן ענגליש-רעדנדיקן עולם.

אין 1917 איז וולאַדעק געוואָרן אַ סאָציאַליסטישער פֿאָרשטייער אין ניו-יאָרקער שטאָט-ראַט. געשטימט האָבן פֿאַר אים, דער עיקר, די מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדישע אימיגראַנטן. אין 1921 האָט מען אים ווידער אויסגעוויילט אין שטאָט-ראַט. אין דעם ראַט וועט ער זיך אומקערן צום סוף פֿון זײַן ניט-לאַנגן לעבן — אין 1937, וווּ ער וועט פֿאַרטרעטן די אַרבעטער-פּאַרטיי (לייבאָר פּאַרטי).

מיט וולאַדעקס עזבֿון — בריוו און כּלערליי אַנדערע פּאַפּירן — קען מען זיך באַקענען אין דער ביבליאָטעק פֿון דעם ניו-יאָרקער אוניווערסיטעט. וולאַדעקס אַרכיוון-זאַמלונג ווײַזט דעם ברייטן פֿאַרנעם פֿון זײַן טעטיקייט. ער האָט זיך באַשעפֿטיקט מיט פֿאַרשיידענע ענינים און איז געווען פֿאַרטראָטן אין צענדליקער אָרגאַניזאַציעס. אַ סך כּוח האָט ער אַרײַנגעלייגט אין דורכפֿירן פּראָיעקטן פֿון ביליקע דירות פֿאַר די אַרבעטער.

אין "פֿאָרווערטס"

ווי אַ טעגלעכע צײַטונג מיט צענדליקער טויזנטער לייענער איבער דעם גאַנצן לאַנד, האָט דער "פֿאָרווערטס" געהאַט פֿאָרשטייער אין אַ צאָל אַמעריקאַנער שטעט. אין 1912 איז וולאַדעק געוואָרן דער צײַטונג־פֿאַרוואַלטער פֿון דעם ביוראָ אין פֿילאַדעלפֿיע. אין 1916 האָט אים אַב. קאַהאַן, שעף-רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס", פֿאָרגעלייגט צו קומען קיין ניו-יאָרק און פֿאַרנעמען די שטעלע פֿון נײַעס-רעדאַקטאָר. אין 1918 איז וולאַדעק געוואָרן דער הויפּט-פֿאַרוואַלטער פֿון "פֿאָרווערטס". אויף דער דאָזיקער שטעלע איז ער פֿאַרבליבן ביזן סוף פֿון זײַן לעבן.

גאַנץ קאָמפּליצירט זײַנען געווען וולאַדעקס באַציִונגען מיט אַב. קאַהאַן. אָפֿט מאָל פֿלעגן זייערע פּאָזיציעס צונויפֿפֿאַלן. למשל, זיי זײַנען ניט אַוועק פֿון דער ייִדישער סאָציאַליסטישער פֿעדעראַציע, ווען די מערהייט האָט אין 1921 אויסגעקליבן צו גיין מיטן קאָמוניסטישן וועג. ווי אַ רעזולטאַט דערפֿון, איז דער "פֿאָרווערטס" פֿאַרבליבן אַ סאָציאַליסטישע צײַטונג, בעת די אַמעריקאַנער קאָמוניסטן האָבן געמוזט שאַפֿן אַן אייגענעם טעגלעכן פֿאָרום, וועלכן זיי האָבן אָנגערופֿן די "מאָרגן־פֿרײַהייט".

פֿון די מיט-1920ער יאָרן אָן האָבן וולאַדעק און קאַהאַן געקוקט ראַדיקאַל אַנדערש אויפֿן מצבֿ אין ארץ-ישׂראל. בעת קאַהאַן איז געווען באַגײַסטערט מיט דער אַנטוויקלונג פֿונעם ייִשובֿ, האָט וולאַדעק קיין מאָל ניט געביטן זײַן נעגאַטיווע באַציִונג צו דער ציוניסטישער אונטערנעמונג. אין 1936 איז וולאַדעק געפֿאָרן אין מיטל-מיזרח. "איצט בין איך נאָך מער איבערגעצײַגט געוואָרן, אַז ציוניזם שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ פּאָליטישן טעות" — אַזוי האָט ער דערציילט וועגן זײַן דערפֿאַרונג.

וולאַדעק איז געשטאָרבן דעם 30סטן אָקטאָבער 1938, צוויי טעג נאָכן קריגן אַ האַרץ-אַטאַק בײַ דער אַרבעט אין זײַן "פֿאָרווערטס"-ביוראָ.


[1] פּועלי-ציון [פּויאַלע-ציִען] — פּראָלעטאַרישער סאָציאַליסטישער שטראָם אין דער ציוניסטישער באַוועגונג

[2] השפּעה [האַשפּאָע] — אײַנפֿלוס

[3] בונדיסט(ן) — מיטגליד(ער) פֿון דער פּראָלעטאַרישער סאָציאַליסטישער ייִדישער פּאַרטיי "בונד"

[4] לענין, וולאַדימיר (1870־1924) — קאָמוניסטישער פֿירער אין רוסלאַנד

[5] שם [שעם] — רעפּוטאַציע