|
דער בנין, וווּ די קאָנפֿערענץ איז פֿאָרגעקומען |
|
דער דיכטער און "פֿאָרווערטס"־מיטאַרבעטער מאָריס ראָזענפֿעלד האָט אין זײַן קאָרעספּאָנדענץ פֿון קראָקע געשריבן פֿאַרן לאָזן זיך אין וועג קיין טשערנאָוויץ: "דער געדאַנק פֿון דער קאָנפֿערענץ איז געבוירן געוואָרן אין אַמעריקע, ניו־יאָרק, צו דער צײַט, וואָס ד״ר נתן (נאַטאַן) בירנבוים האָט דאָרט געהאַלטן זײַנע פֿאָרלעזונגען. דעמאָלט האָבן עטלעכע ניו־יאָרקער ייִדישע שרײַבער זיך אונטערגעשריבן אונטער דעם דערקלערונג־בריוו וועגן דער נויטיקייט פֿון אַזאַ קאָנפֿערענץ. פֿון יענע אַלע געחתמעטע פֿאָרט אָבער צו דער טשערנאָוויצער אַסיפֿה בלויז איין איינציקער זשיטלאָווסקי, און איך בין דער צווייטער אַמעריקאַנער, וועמען עס איז באַשערט צופֿעליק צו זײַן פֿון די קאָנפֿערענצלער."
די קאָנפֿערענץ האָבן "געדעקט" די טאָג־טעגלעכע רעפּאָרטאַזשן פֿון בן־ציון האָפֿמאַן, אונטערגעשריבן מיטן פּסעוודאָנים "צבֿיון" — ספּעציעלער קאָרעספּאָנדענט פֿון "פֿאָרווערטס". אָט וואָס ער שרײַבט אין זײַן ערשטן רעפּאָרטאַזש.
איך מוז מודה זײַן, אַז איך האָב ניט געגלייבט אין דעם ווילן און דער ענערגיע פֿון אונדזערע ייִדישע שרײַבער, און איך האָב נאָך ווייניקער געגלייבט אינעם דערפֿאָלג פֿון זייער אונטערנעמונג, זעענדיק מיט וואָס פֿאַר אַ גלײַכגילטיקייט און קאַלטקייט די ייִדישע פּרעסע אין רוסלאַנד, און נאָך מער אין אַמעריקע, האָבן דעם אויפֿרוף אָנגענומען.
דער "פֿאָרווערטס", בראָש מיטן הויפּט־רעדאַקטאָר אַב. קאַהאַן, האָט זיך בפֿירוש באַצויגן צו דער שפּראַך־קאָנפֿערענץ אין טשערנאָוויץ זייער וואַרעם און ערנסט. שוין מיט אַ וואָך שפּעטער איז אינעם לייט־אַרטיקל באַטאָנט געוואָרן די וויכטיקייט און היסטאָרישקייט פֿון דער קאָנפֿערענץ ווי אַ "פּאַסירונג, וועלכע שטרעבט פֿעסטצושטעלן די ווירדע און וויכטיקייט פֿון אונדזער ׳מאַמע־לשון׳ — דעם אַמאָליקן ׳זשאַרגאָן׳ אַן אָרט צו געבן צווישן די שפּראַכן פֿון אייראָפּע."
דער פּאַראַדאָקס אָבער פֿון דורכצופֿירן די קאָנפֿערענץ אין טשערנאָוויץ באַשטייט אין דעם, וואָס דווקא טשענאָוויץ איז געווען די פֿאַרדײַטשמערישסטע שטאָט אינעם סאַמע מיט פֿון ייִדישן תּחום־המושבֿ, לויטן גײַסט, און פֿון דער אַנדערער זײַט, מיט אַ ייִדיש־רעדנדיקער באַפֿעלקערונג, אײַנגעוואָרצלט אינעם ייִדישן לעבנס־שטייגער. די צוגעבונדנקייט צו דער דײַטשישער קולטור און צום מערבֿ האָט צוגעגעבן דער קאָנפֿערענץ פּרעסטיזש; און די ייִדישע טאָג־טעגלעכקייט פֿון די פֿאָלקס־מענטשן, האָט געשטימט מיט די אידעען פֿון די איניציאַטאָרן פֿון דער שפּראַכן־קאָנפֿערענץ.