דער "ווײַטער" איז געוואָרן מיט איין יאָר עלטער. אַנדערש געזאָגט, עס איז אַוועק דער ערשטער יאָרגאַנג. וואָס מיינט עס פֿאַר אונדזערע לייענער? זיי זײַנען אין פֿולן גאַנג אויף זייער וועג פֿון ייִדיש. זיי זײַנען געוויס ווײַטער פֿון דעם אָרט, וווּ זיי זײַנען געווען מיט אַ יאָר צוריק; און זיכער נענטער צו דעם ציל, וואָס זיי האָבן פֿאַר זיך געשטעלט.
וואָס מיינט עס פֿאַר אונדז, דער רעדאַקציע פֿון "ווײַטער"? מיר האָבן זיך איבערצײַגט, אַז אין אַזאַ צײַטונג נייטיקן זיך אַ סך מענטשן, ניט וויכטיק וויפֿל זיי זײַנען אַלט און וואָס איז זייער פֿאַך, אָדער אינטערעס.
זיי טרעפֿן זיך יעדן חודש אויף דעם קליינעם שטח פֿון "ווײַטער", און דאָס אַליין איז שוין אַ יש.
מיר ווייסן עס פֿון אײַערע בליצבריוו, וואָס ניט געקוקט אויף זייער קורצקייט ("בליצפּאָסט" מיינט, אַפּנים, ניט נאָר "גיך", נאָר אויך "קורץ"), ברענגען זיי אונדז וואַרעמע געפֿילן און חבֿרישע עצות, וואָס העלפֿן אונדז אָנגיין ווײַטער.
מיר זײַנען צופֿרידן צו באַמערקן, אַז די רשימה פֿון אונדזערע יונגע קאָרעספּאָנדענטן וואַקסט; און מיר גלייבן, אַז פֿון די שפּאַלטן פֿון "ווײַטער" וועלן גאָר אין גיכן זיך דערהערן נײַע שטימען, מיט זייערע אייגענע רעפּאָרטאַזשן, נאָטיצן, דערציילונגען, לידער...
איין נומער, וואָס באַשטייט כּמעט אין גאַנצן פֿון אײַערע קאָרעספּאָנדענצן ליגט שוין אויפֿן ברייטן טיש פֿון אונדזער קליינער רעדאַקציע. וואָס איז דאָס פֿאַר אַ נומער אַזאַ, און ווער זײַנען די קאָרעספּאָנדענטן? זאָל עס דערווײַל זײַן אַ סוד, אָדער בעסער געזאָגט, אַ גוטער סורפּריז, וואָס איר וועט אין אַ חודש אַרום געפֿינען אויף די זײַטן פֿונעם נײַעם "ווײַטער". אָבער דערווײַל לייגן מיר אײַך פֿאָר דעם ערשטן נומער פֿונעם צווייטן יאָרגאַנג. מיטן רעכטן פֿוס!