- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דעם 12טן און 13טן נאָוועמבער, איז אונטערן דאַך פֿון "אונעסקאָ" פֿאָרגעקומען דער סימפּאָזיום "ייִדיש — נאָך אַלץ און ווײַטער". דער עולם האָט אויף יעדער זיצונג געציילט צווישן 250 און 400 צוהערערס. דעם סימפּאָזיום האָט אָרגאַניזירט די פֿאַרשטייערשאַפֿט פֿון "בני–ברית" בײַ דער "אונעסקאָ", מיט דער מיטווירקונג פֿון פּאַריזער ייִדיש–צענטער — מעדעם–ביבליאָטעק. ער איז געווען אָפּגעגעבן די נײַע דרכים און מיטלען, מיט וועלכע מען אַרבעט הײַנט איבער דער וועלט אויף איבערצוגעבן די ייִדישע שפּראַך און די ייִדישע קולטור. אָנהייב סעפּטעמבער איז צום 15טן מאָל דורכגעפֿירט געוואָרן דער סימפּאָזיום פֿון ייִדישע שטודיעס אין דײַטשלאַנד. הײַיאָר איז עס פֿאָרגעקומען אין דיסעלדאָרף. אַזוי גייט עס יאָר-אײַן יאָר-אויס: דער דיסעלדאָרפֿער אוניווערסיטעט און דער טרירער אוניווערסיטעט, וווּ עס באַזירן זיך די הויפּט-צענטערס פֿאַר ייִדיש-פֿאָרשונג, פֿירן דורך דעם סימפּאָזיום לויט אַ ריי. איניציִיִרט האָבן די דאָזיקע אַקאַדעמישע אונטערנעמונג די פּראָפֿעסאָרן עריקאַ טים און מאַריאָן אַפּטרוט. צום ערשטן מאָל האָט מען זיך צונויפֿגעקליבן אין יאָר 1998.
עס וואָלט געווען ניט ריכטיק צו רעדן וועגן דעם סימפּאָזיום ווי אַ ריין דײַטשישן אַקאַדעמישן פֿאָרום פֿאַר די לײַט, וואָס באַשעפֿטיקן זיך מיט “ייִדיסטיק" — אַזוי רופֿט מען אויף דײַטש דעם דאָזיקן געביט פֿון וויסנשאַפֿט. למשל, הײַיאָר זײַנען צווישן די רעדנערס געווען געלערנטע פֿון דער שווייץ, די פֿאַראייניקטע שטאַטן, פֿראַנקרײַך, פּוילן, האָלאַנד, גרויס-בריטאַניע און ליטע. בכלל, די אַקאַדעמישע צונויפֿקומענישן אין דיסעלדאָרף און טריר זײַנען געוואָרן אַ וויכטיקער טייל פֿון דעם אַקאַדעמישן קאַלענדאַר.
הײַנטיקס יאָר, אין סעפּטעמבער, האָבן פֿאָרשער פֿון ייִדיש און ייִדישער קולטור באַקומען אַן אמתע מתּנה: די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דעם סימפּאָזיום האָבן צוגעגרייט און אַרויסגעגעבן אַ גרויסן באַנד, וואָס הייסט “לקט: ייִדישע שטודיעס הײַנט". דער באַנד טראָגט דעם נומער איינס — מע זאָגט צו צו פֿירן די סעריע ווײַטער.
דאָס בוך איז צונויפֿגעשטעלט פֿון 32 אַרטיקלען, אָנגעשריבן אויף ייִדיש, דײַטש אָדער ענגליש. די מחברים שטעלן פֿאָר אַ מין “ייִדיסטישן" אינטערנאַציאָנאַל: דײַטשלאַנד, פּוילן, פֿראַנקרײַך, קאַנאַדע, ישׂראל, דענמאַרק, שוועדן, האָלאַנד, גרויס-בריטאַניע, ווי אויך די פֿאַראייניקטע שטאַטן און די שווייץ. צוויי אַרטיקלען אין דעם באַנד זײַנען דירעקט פֿאַרבונדן מיט דער געשיכטע פֿון דער צײַטונג “פֿאָרווערטס".
די צוויי סובסטאַנטיוון “עלטער" דאָס וואָרט “עלטער" רופֿט צו מאָל אַרויס אַ פּלאָנטער, ווײַל ייִדיש האָט, אין דער אמתן, צוויי “עלטערס", וואָס באַטײַטן פֿאַרשיידענע זאַכן. אַמאָל האָט אין בעלץ געוווינט אַ רײַכער ייִד, אַ סוחר. האָט ער געהאַט אַן איין און איינציקע טאָכטער — אַ שיינהייט, אַ געמאָלטע קראַסאַוויצע. דערצו האָט זי געהאַט אַ ווויל האַרץ און מיט אַ ברייטער האַנט פֿלעגט זי טיילן נדבֿות און געבן אַ סך צדקה. אַ דאַנק דעם ייִדישן ביכער-צענטער (www.yiddishbookcenter.org), זײַנען טויזנטער ייִדישע ביכער צוטריטלעך געוואָרן דורך אינטערנעץ; דערצו, איז עס אין גאַנצן פֿרײַ פֿאַר איטלעכן באַניצער. ווי עס האָט אונטערגעציילט דער צענטער, האָט מען שוין 350 טויזנט מאָל זיך געוואָנדן צו דער דאָזיקער עלעקטראָנישער ביבליאָטעק. בינו-לבינו, ווערט אַנטוויקלט די פּראָגראַם, וואָס וועט דערלויבן צו זוכן אַ וואָרט צי אַ פֿראַזע אין אָט דעם ריזיקן באַנק פֿון ייִדישע טעקסטן. אַזאַ זאַך וועט ממש ברענגען אַ רעוואָלוציע אין ייִדישער פֿאָרשונג. * * * דער ייִדישער ביכער-צענטער באַשעפֿטיקט זיך איצט אויך מיט אוידיאָ-ביכער, בפֿרט מיט די רעקאָרדירונגען וואָס האָבן זיך אָנגעזאַמלט אין דער מאָנטרעאָלער ייִדישער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק. די אידעע באַשטייט אין מאַכן זיי צוטריטלעך דורך אינטערנעץ, אַז דער באַניצער זאָל קענען סײַ לייענען, סײַ הערן, דעם ייִדישן טעקסט. אַ ייִד האָט געקויפֿט אַ הויז לעבן אַ קאַטוילישן קלויסטער. און דער גאַנצער ייִשוב, וווּ ער האָט זיך באַזעצט, איז געווען אַ קאַטוילישער. יעדן דאָנערשטיק, ווען די קאַטוילישע תּושבֿים האָבן געגעסן פֿיש, פֿלעגט דער ייִד בראָטן פֿלייש בײַ זיך אין גאָרטן. און דאָס האָט, פֿאַרשטייט זיך, גערייצט זײַנע שכנים. האָבן זיי גענומען אײַנרעדן דעם ייִדן, ער זאָל זיך שמדן, ווערן אַ טייל פֿון זייער געזעלשאַפֿט. סוף-כּל-סוף, האָבן זיי אים אײַנגערעדט. בעת דעם ריטואַל האָט דער גלח אים באַשפּריצט מיטן הייליקן וואַסער און געזאָגט דערצו: * * * אַ ייִד האָט געקויפֿט בײַ אַ פּויער אַ קו. יענער האָט אים צוגעזאָגט צו ברענגען די בהמה און איז טאַקע געקומען אין אַ טאָג אַרום, אָבער אַליין. |