ייִדישע מעשׂיות פֿון בעלץ

אַמאָל האָט אין בעלץ געוווינט אַ רײַכער ייִד, אַ סוחר. האָט ער געהאַט אַן איין און איינציקע טאָכטער — אַ שיינהייט, אַ געמאָלטע קראַסאַוויצע. דערצו האָט זי געהאַט אַ ווויל האַרץ און מיט אַ ברייטער האַנט פֿלעגט זי טיילן נדבֿות און געבן אַ סך צדקה.
אַז ס’איז אָבער באַשערט אַ צרה, טרעפֿט זי אויך די רײַכע און ברייטהאַרציקע. איז בײַם סוחר געשטאָרבן דאָס ווײַב און די טאָכטער איז געבליבן אַ יתומה.
אין אַ צײַט אַרום האָט דער סוחר ווידער חתונה געהאַט. די שטיפֿמוטער, ווען זי האָט זיך דערוווּסט, אַז דעם סוחרס טאָכטער טיילט נדבֿות און צדקה מיט דער ברייטער האַנט, האָט זי אָנגעהויבן אַרבעטן מעשׂים. זי איז אַוועק צום מאַן און זיך געקלאָגט פֿאַר אים, אַז דאָס מיידל וועט זיי חרובֿ מאַכן, צעטרענצלען זייער גאַנץ פֿאַרמעגן.
האָט דער סוחר געלאָזט רופֿן די טאָכטער צו זיך און איר אָנגעזאָגט, אַז זי זאָל ניט טיילן אַזוי פֿיל צדקה. די טאָכטער האָט אָבער באַלד פֿאַרשטאַנען פֿון וועמען דער פֿאַרווער קומט אַרויס. זי האָט פֿײַנט באַקומען די קאַרגע שטיפֿמוטער און געמאַכט איר אויף קאַפּויער — צעטיילט נדבֿות און צדקה נאָך מער ווי פֿריִער.
איז די שטיפֿמוטער געקומען צו לויפֿן צום מאַן מיט אַ געוויין און מיט אַ תּנאַי — אָדער זי, אָדער זײַן טאָכטער! — ביידע אונטער איין דאַך קאָנען זיי מער ניט וווינען. די שטיפֿמוטער האָט אַזוי געשריִען און געפּילדערט, אַז ווי גרויס דעם סוחרס הויז זאָל ניט געווען זײַן, זײַנען אירע געשרייען דערגאַנגען אויך צום סוחרס טאָכטער. כּדי ניט שטעלן דעם טאַטן פֿאַר אַ ביטערער ברירה, האָט די טאָכטער אַליין באַשלאָסן צו פֿאַרלאָזן די היים. זי האָט אַרײַנגעלייגט אין אַ זאַק אירע באַליבטע חפֿצים און זיך געלאָזט אין וועג אַרײַן.
ווי אַ סך וועגן אַמאָל, האָט דער וועג פֿון איר היים־שטאָט אין דער וועלט אַרײַן געפֿירט דורך אַ געדיכטן שוואַרצן וואַלד. די נאַכט איז צוגעפֿאַלן גיך און דאָס מיידל האָט זיך פֿאַרבלאָנדזשעט. האָט זי זיך אַוועקגעזעצט אויף אַ פּניאָק און אָנגעהויבן שטיל וויינען און זינגען: