דעם 12טן און 13טן נאָוועמבער, איז אונטערן דאַך פֿון "אונעסקאָ" פֿאָרגעקומען דער סימפּאָזיום "ייִדיש — נאָך אַלץ און ווײַטער". דער עולם האָט אויף יעדער זיצונג געציילט צווישן 250 און 400 צוהערערס. דעם סימפּאָזיום האָט אָרגאַניזירט די פֿאַרשטייערשאַפֿט פֿון "בני–ברית" בײַ דער "אונעסקאָ", מיט דער מיטווירקונג פֿון פּאַריזער ייִדיש–צענטער — מעדעם–ביבליאָטעק. ער איז געווען אָפּגעגעבן די נײַע דרכים און מיטלען, מיט וועלכע מען אַרבעט הײַנט איבער דער וועלט אויף איבערצוגעבן די ייִדישע שפּראַך און די ייִדישע קולטור.
צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע איז אַזאַ טעמאַטיק אַרומגעשמועסט געוואָרן, און טאַקע מערסטנס אויף מאַמע–לשון, אויף דער חשובֿער טריבונע פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער אָרגאַניזאַציע פֿאַר קולטור און דערציִונג. הײַנט וועלן מיר איבערגעבן דעם רושם וואָס עס האָבן געמאַכט די רעפֿעראַטן און דיסקוסיעס.
די זיצונג וועגן "המשך פֿון לעבעדיקן ייִדיש", האָט געבראַכט דעם ברייטן עולם גרוסן וועגן געביטן, פֿון וועלכע דאָס רובֿ אין אייראָפּע ווייסן אַפֿילו נישט, אַז זיי קענען עקזיסטירן. קודם–כּל, דערציִונג פֿון קינדער אויף אָדער מיט ייִדיש. שמעון נויבערג, פּראָפֿעסאָר פֿון טריר–אוניווערסיטעט, האָט אַנאַליזירט, אויפֿן סמך פֿון אייגענער פּראַקטיק, די פֿאַרמעסטן פֿון רעדן ייִדיש מיט די אייגענע קינדער אין אַ משפּחה וואָס איז אויך אָן דעם פֿילשפּראַכיק (פֿראַנצייזיש, דײַטש און צו ביסלעך ענגליש); און באַזונדערס דערציילט וועגן די אָנשטרענגונגען צוצושטעלן פּאַסנדיקע ביכלעך אויף ייִדיש פֿאַר די אייגענע קינדער און פֿאַר אַנדערע פֿונעם נישט–ברייטן קרײַז וועלטלעכע משפּחות, וווּ ס‘איז פֿאַראַן דערויף אַ נאָכפֿרעג.

אָנהייב סעפּטעמבער איז צום 15טן מאָל דורכגעפֿירט געוואָרן דער סימפּאָזיום פֿון ייִדישע שטודיעס אין דײַטשלאַנד. הײַיאָר איז עס פֿאָרגעקומען אין דיסעלדאָרף. אַזוי גייט עס יאָר-אײַן יאָר-אויס: דער דיסעלדאָרפֿער אוניווערסיטעט און דער טרירער אוניווערסיטעט, וווּ עס באַזירן זיך די הויפּט-צענטערס פֿאַר ייִדיש-פֿאָרשונג, פֿירן דורך דעם סימפּאָזיום לויט אַ ריי. איניציִיִרט האָבן די דאָזיקע אַקאַדעמישע אונטערנעמונג די פּראָפֿעסאָרן עריקאַ טים און מאַריאָן אַפּטרוט. צום ערשטן מאָל האָט מען זיך צונויפֿגעקליבן אין יאָר 1998. עס וואָלט געווען ניט ריכטיק צו רעדן וועגן דעם סימפּאָזיום ווי אַ ריין דײַטשישן אַקאַדעמישן פֿאָרום פֿאַר די לײַט, וואָס באַשעפֿטיקן זיך מיט “ייִדיסטיק" — אַזוי רופֿט מען אויף דײַטש דעם דאָזיקן געביט פֿון וויסנשאַפֿט. למשל, הײַיאָר זײַנען צווישן די רעדנערס געווען געלערנטע פֿון דער שווייץ, די פֿאַראייניקטע שטאַטן, פֿראַנקרײַך, פּוילן, האָלאַנד, גרויס-בריטאַניע און ליטע. בכלל, די אַקאַדעמישע צונויפֿקומענישן אין דיסעלדאָרף און טריר זײַנען געוואָרן אַ וויכטיקער טייל פֿון דעם אַקאַדעמישן קאַלענדאַר. הײַנטיקס יאָר, אין סעפּטעמבער, האָבן פֿאָרשער פֿון ייִדיש און ייִדישער קולטור באַקומען אַן אמתע מתּנה: די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דעם סימפּאָזיום האָבן צוגעגרייט און אַרויסגעגעבן אַ גרויסן באַנד, וואָס הייסט “לקט: ייִדישע שטודיעס הײַנט". דער באַנד טראָגט דעם נומער איינס — מע זאָגט צו צו פֿירן די סעריע ווײַטער. דאָס בוך איז צונויפֿגעשטעלט פֿון 32 אַרטיקלען, אָנגעשריבן אויף ייִדיש, דײַטש אָדער ענגליש. די מחברים שטעלן פֿאָר אַ מין “ייִדיסטישן" אינטערנאַציאָנאַל: דײַטשלאַנד, פּוילן, פֿראַנקרײַך, קאַנאַדע, ישׂראל, דענמאַרק, שוועדן, האָלאַנד, גרויס-בריטאַניע, ווי אויך די פֿאַראייניקטע שטאַטן און די שווייץ. צוויי אַרטיקלען אין דעם באַנד זײַנען דירעקט פֿאַרבונדן מיט דער געשיכטע פֿון דער צײַטונג “פֿאָרווערטס".

די צוויי סובסטאַנטיוון “עלטער"

דאָס וואָרט “עלטער" רופֿט צו מאָל אַרויס אַ פּלאָנטער, ווײַל ייִדיש האָט, אין דער אמתן, צוויי “עלטערס", וואָס באַטײַטן פֿאַרשיידענע זאַכן.
איין וואָרט — “דער עלטער" — ווערט גענוצט ווען די רייד גייט וועגן דעם ווי אַלט עמעצער איז:
“זייערע זין זײַנען געווען פֿון איין עלטער."
“שרײַבן לידער האָט ער אָנגעהויבן זייער פֿרי, אין דעם עלטער פֿון צוועלף יאָר."
“איך האָב שוין דערגרייכט דעם עלטער, ווען מע קאָן פּענסיאָנירט ווערן."
אַן אַנדער וואָרט — “די עלטער" — מיינט די עלטערע יאָרן:
“די עלטער לאָזט זיך פֿילן, כאָטש מײַן קרעדאָ איז אַזאַ: אַלט זאָל מען ווערן, אָבער ניט זײַן."
“אויף דער עלטער האָט זיך אין אים אַנטפּלעקט אַ נײַער טאַלאַנט — ער האָט אָנגעהויבן מאָלן, און דווקא ניט שלעכט."
“צו וואָס מע איז געוווינט אין דער יוגנט, אַזוי טוט מען אויף דער עלטער."
אַגבֿ, די ערשטע דערציילונג פֿון יצחק באַשעוויס-זינגערן האָט געהייסן “אויף דער עלטער". זי איז אַרויס אין יאָר 1925 אין דעם וואַרשעווער וואָכנבלאַט “ליטעראַרישע בלעטער".

ייִדישע מעשׂיות פֿון בעלץ

אַמאָל האָט אין בעלץ געוווינט אַ רײַכער ייִד, אַ סוחר. האָט ער געהאַט אַן איין און איינציקע טאָכטער — אַ שיינהייט, אַ געמאָלטע קראַסאַוויצע. דערצו האָט זי געהאַט אַ ווויל האַרץ און מיט אַ ברייטער האַנט פֿלעגט זי טיילן נדבֿות און געבן אַ סך צדקה.
אַז ס’איז אָבער באַשערט אַ צרה, טרעפֿט זי אויך די רײַכע און ברייטהאַרציקע. איז בײַם סוחר געשטאָרבן דאָס ווײַב און די טאָכטער איז געבליבן אַ יתומה.
אין אַ צײַט אַרום האָט דער סוחר ווידער חתונה געהאַט. די שטיפֿמוטער, ווען זי האָט זיך דערוווּסט, אַז דעם סוחרס טאָכטער טיילט נדבֿות און צדקה מיט דער ברייטער האַנט, האָט זי אָנגעהויבן אַרבעטן מעשׂים. זי איז אַוועק צום מאַן און זיך געקלאָגט פֿאַר אים, אַז דאָס מיידל וועט זיי חרובֿ מאַכן, צעטרענצלען זייער גאַנץ פֿאַרמעגן.
האָט דער סוחר געלאָזט רופֿן די טאָכטער צו זיך און איר אָנגעזאָגט, אַז זי זאָל ניט טיילן אַזוי פֿיל צדקה. די טאָכטער האָט אָבער באַלד פֿאַרשטאַנען פֿון וועמען דער פֿאַרווער קומט אַרויס. זי האָט פֿײַנט באַקומען די קאַרגע שטיפֿמוטער און געמאַכט איר אויף קאַפּויער — צעטיילט נדבֿות און צדקה נאָך מער ווי פֿריִער.
איז די שטיפֿמוטער געקומען צו לויפֿן צום מאַן מיט אַ געוויין און מיט אַ תּנאַי — אָדער זי, אָדער זײַן טאָכטער! — ביידע אונטער איין דאַך קאָנען זיי מער ניט וווינען. די שטיפֿמוטער האָט אַזוי געשריִען און געפּילדערט, אַז ווי גרויס דעם סוחרס הויז זאָל ניט געווען זײַן, זײַנען אירע געשרייען דערגאַנגען אויך צום סוחרס טאָכטער. כּדי ניט שטעלן דעם טאַטן פֿאַר אַ ביטערער ברירה, האָט די טאָכטער אַליין באַשלאָסן צו פֿאַרלאָזן די היים. זי האָט אַרײַנגעלייגט אין אַ זאַק אירע באַליבטע חפֿצים און זיך געלאָזט אין וועג אַרײַן.
ווי אַ סך וועגן אַמאָל, האָט דער וועג פֿון איר היים־שטאָט אין דער וועלט אַרײַן געפֿירט דורך אַ געדיכטן שוואַרצן וואַלד. די נאַכט איז צוגעפֿאַלן גיך און דאָס מיידל האָט זיך פֿאַרבלאָנדזשעט. האָט זי זיך אַוועקגעזעצט אויף אַ פּניאָק און אָנגעהויבן שטיל וויינען און זינגען:

אַ דאַנק דעם ייִדישן ביכער-צענטער (www.yiddishbookcenter.org), זײַנען טויזנטער ייִדישע ביכער צוטריטלעך געוואָרן דורך אינטערנעץ; דערצו, איז עס אין גאַנצן פֿרײַ פֿאַר איטלעכן באַניצער. ווי עס האָט אונטערגעציילט דער צענטער, האָט מען שוין 350 טויזנט מאָל זיך געוואָנדן צו דער דאָזיקער עלעקטראָנישער ביבליאָטעק. בינו-לבינו, ווערט אַנטוויקלט די פּראָגראַם, וואָס וועט דערלויבן צו זוכן אַ וואָרט צי אַ פֿראַזע אין אָט דעם ריזיקן באַנק פֿון ייִדישע טעקסטן. אַזאַ זאַך וועט ממש ברענגען אַ רעוואָלוציע אין ייִדישער פֿאָרשונג.
יעדערער וואָס נוצט די עלעקטראָנישע ביבליאָטעק ווייסט, אַז דערווײַל בלײַבט נאָך אַ גרויסע צאָל ייִדישע ביכער ניט צוטריטלעך. דאָס פֿילן, אַ שטייגער, די לײַט, וואָס זוכן ביכער פֿון סאָוועטישע פֿאַרלאַגן. אַ סבֿרא, אַז אין אַ צײַט אַרום וועט מען דעם בלויז ניט האָבן. די ביבליאָטעק פֿון דעם העברעיִשן אוניווערסיטעט (וואָס איז גלײַכצײַטיק די נאַציאָנאַלע ביבליאָטעק פֿון מדינת-ישׂראל) קלײַבט זיך צו דיגיטאַליזירן 24 טויזנט ייִדישע ביכער. דער פּראָיעקט וועט קאָאָרדינירט ווערן מיטן ייִדישן ביכער-צענטע.


* * *

דער ייִדישער ביכער-צענטער באַשעפֿטיקט זיך איצט אויך מיט אוידיאָ-ביכער, בפֿרט מיט די רעקאָרדירונגען וואָס האָבן זיך אָנגעזאַמלט אין דער מאָנטרעאָלער ייִדישער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק. די אידעע באַשטייט אין מאַכן זיי צוטריטלעך דורך אינטערנעץ, אַז דער באַניצער זאָל קענען סײַ לייענען, סײַ הערן, דעם ייִדישן טעקסט.

אַ ייִד האָט געקויפֿט אַ הויז לעבן אַ קאַטוילישן קלויסטער. און דער גאַנצער ייִשוב, וווּ ער האָט זיך באַזעצט, איז געווען אַ קאַטוילישער. יעדן דאָנערשטיק, ווען די קאַטוילישע תּושבֿים האָבן געגעסן פֿיש, פֿלעגט דער ייִד בראָטן פֿלייש בײַ זיך אין גאָרטן. און דאָס האָט, פֿאַרשטייט זיך, גערייצט זײַנע שכנים. האָבן זיי גענומען אײַנרעדן דעם ייִדן, ער זאָל זיך שמדן, ווערן אַ טייל פֿון זייער געזעלשאַפֿט. סוף-כּל-סוף, האָבן זיי אים אײַנגערעדט. בעת דעם ריטואַל האָט דער גלח אים באַשפּריצט מיטן הייליקן וואַסער און געזאָגט דערצו:
“ביסט געבוירן געוואָרן אַ ייִד. ביסט אויסגעוואַקסן ווי אַ ייִד. אָבער איצט ביסטו אַ קריסט."
די שכנים האָבן גרינג אָפּגעעטעמט. אָבער דעם קומענדיקן דאָנערשטיק האָט זיך צו זיי ווידער דערטראָגן דער ריח פֿון געבראָטן פֿלייש. גייען זיי צו צו דעם ייִדנס הויז און זעען, אַז ער פּאָרעט זיך מיט אַ שטיקל פֿלייש און זאָגט דערצו:
“ביסט געבוירן געוואָרן אַ קו. ביסט אויסגעוואַקסן ווי אַ קו. אָבער איצט ביסטו אַ פֿיש."


* * *

אַ ייִד האָט געקויפֿט בײַ אַ פּויער אַ קו. יענער האָט אים צוגעזאָגט צו ברענגען די בהמה און איז טאַקע געקומען אין אַ טאָג אַרום, אָבער אַליין.
“וווּ איז די קו?" — פֿרעגט דער ייִד.
“זי האָט געפּגרט" — ענטפֿערט דער פּויער.
“אויב אַזוי, טאָ גיב מיר צוריק דאָס געלט, די הונדערט רובל" — פֿאָדערט דער ייִד.
“איך האָב עס שוין ניט. אַלץ איז פֿאַרשיכּורט און צעטרענצלט געוואָרן" — דערציילט דער פּויער.
“טאָ ברענג מיר כאָטש די פּגירה" — בעט אים דער ייִד.