די צוויי סובסטאַנטיוון “עלטער"

דאָס וואָרט “עלטער" רופֿט צו מאָל אַרויס אַ פּלאָנטער, ווײַל ייִדיש האָט, אין דער אמתן, צוויי “עלטערס", וואָס באַטײַטן פֿאַרשיידענע זאַכן.
איין וואָרט — “דער עלטער" — ווערט גענוצט ווען די רייד גייט וועגן דעם ווי אַלט עמעצער איז:
“זייערע זין זײַנען געווען פֿון איין עלטער."
“שרײַבן לידער האָט ער אָנגעהויבן זייער פֿרי, אין דעם עלטער פֿון צוועלף יאָר."
“איך האָב שוין דערגרייכט דעם עלטער, ווען מע קאָן פּענסיאָנירט ווערן."
אַן אַנדער וואָרט — “די עלטער" — מיינט די עלטערע יאָרן:
“די עלטער לאָזט זיך פֿילן, כאָטש מײַן קרעדאָ איז אַזאַ: אַלט זאָל מען ווערן, אָבער ניט זײַן."
“אויף דער עלטער האָט זיך אין אים אַנטפּלעקט אַ נײַער טאַלאַנט — ער האָט אָנגעהויבן מאָלן, און דווקא ניט שלעכט."
“צו וואָס מע איז געוווינט אין דער יוגנט, אַזוי טוט מען אויף דער עלטער."
אַגבֿ, די ערשטע דערציילונג פֿון יצחק באַשעוויס-זינגערן האָט געהייסן “אויף דער עלטער". זי איז אַרויס אין יאָר 1925 אין דעם וואַרשעווער וואָכנבלאַט “ליטעראַרישע בלעטער".


אַ נײַע גראַמאַטיק

ס’איז שווער צו זאָגן, ווי אַזוי דאָס האָט זיך באַקומען, אָבער דווקא פֿראַנקרײַך איז געוואָרן דער צענטער פֿון גרויסער שאַפֿערישער אַרבעט אין דעם געביט פֿון פּראַקטישער ייִדישער שפּראַך-וויסנשאַפֿט. די בעסטע לעקסיקאָגראַפֿישע ווערק — ייִדישע ווערטערביכער — גייען איצט אַרויס אין פּאַריז. קיין חידוש ניט, אַז אויך אין פּאַריז האָט דערזען די ליכט די Grammaire descriptive du yidiche contemporain, “דעסקריפּטיווע גראַמאַטיק פֿון הײַנטצײַטיקן ייִדיש". דער מחבר פֿון דער גראַמאַטיק איז בערנאַרד (בערל) ווײַסבאָרד, וואָס לערנט ייִדיש און ייִדישע ליטעראַטור אין אוניווערסיטעט “פּאַריז 8". צוזאַמען מיט יצחק ניבאָרסקין האָט ווײַסבאָרד זיך באַטייליקט אין דעם וויכטיקן פּראָיעקט פֿון צונויפֿשטעלן דאָס ייִדיש-פֿראַנצויזישע ווערטערבוך, וואָס ווערט ברייט גענוצט אויך מחוץ די פֿראַנצויזיש-רעדנדיקע קרײַזן.

מאַטעריאַלן פֿון ייִדישן ראַדיאָ אין דער ביבליאָטעק פֿון קאָנגרעס

די ביבליאָטעק פֿון קאָנגרעס האָט באַקומען אַ מתּנה — אַ קאָלעקציע און רעקאָרדירונגען, פֿאָטאָגראַפֿיעס און אַנדערע זאַכן, וואָס האָבן אַ שײַכות צו דער געשיכטע פֿון ייִדישן ראַדיאָ אין אַמעריקע. די מתּנה האָט געגעבן הענרי (הענעך) סאַפּאָזשניק, וואָס איז דער דירעקטאָר פֿון דעם אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער קולטור בײַם אוניווערסיטעט אין וויסקאָנסין-מעדיסאָן.
די קאָלעקציע איז כּולל מער ווי טויזנט פּלאַטעס, וואָס מע האָט רעקאָרדירט אין די יאָרן 1929—1961. די בלי-צײַט פֿון דעם ייִדישן ראַדיאָ איז געווען אין די 1940ער און 1950ער יאָרן.