פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

הײַיאָר, דעם 13טן דעצעמבער, האָט דער פּרעמיער־מיניסטער אהוד אָלמערט זיך געטראָפֿן מיטן איצטיקן פּויפֿסט, בענעדיקטוס דער 16טער. דעם 30סטן דעצעמבער וועט ווערן 13 יאָר זינט דער וואַטיקאַן האָט אָנגעקניפּט דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט מדינת־ישׂראל.

דעם 30סטן אָקטאָבער 1991 האָט זיך געעפֿנט די מאַדריד־קאָנפֿערענץ — די היסטאָרישע שלום־קאָנפֿערענץ מיט דער באַטייליקונג פֿון אַ דעלעגאַציע פֿון ישׂראל און דרײַ אַראַבישע דעלעגאַציעס: פֿון סיריע, לבֿנון און אַ בשותּפֿותדיקע יאָרדאַניש־פּאַלעסטינער דעלעגאַציע. די קאָנפֿערענץ איז צוזאַמענגערופֿן געוואָרן אונטער דער אַפּוטרופּסות פֿון די פּרעזידענטן פֿון די פֿאַראייניקטעע שטאַטן און דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד — דזשאָרדזש בוש (דער פֿאָטער) און מיכאַיִל גאָרבאַטשאָוו.

דרײַ וואָכן פֿאַר דעם, דעם 8טן אָקטאָבער 1991, האָט דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד באַנײַט די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט מדינת־ישׂראל — 24 יאָר נאָך דעם ווי די סאָוועטן האָבן די באַציִונגען איבערגעריסן.

דעם 17טן דעצעמבער 1991 האָט די אַלגעמיינע פֿאַרזאַמלונג פֿון דער "יו־ען" אַנולירט איר באַשלוס פֿון 16 יאָר פֿריִער צו דערקלערן ציוניזם ווי ראַסיזם. די דאָזיקע אַנטוויקלונגען האָבן באַאײַנפֿלוסט אויך דעם וואַטיקאַן צו רעווידירן זײַן שטעלונג בנוגע דער ייִדישער מדינה. דער קאַרדינאַל פֿון ניו־יאָרק, דזשאַן אָ׳קאַנאָר, האָט באַזוכט ישׂראל אין יאַנואַר 1992 און האָט דערקלערט, אַז דער וואַטיקאַן באַטראַכט אַ היסטאָרישע ענדערונג אין באַצוג צו מדינת־ישׂראל, אײַנגעשלאָסן זײַן אָפּאָזיציע — ביז דאַן — צו ישׂראלס סוּווערעניטעט איבער ירושלים.

אין דער זעלבער צײַט, האָט דער פּויפּסט יאָהאַן פּאַולוס דער צווייטער דערקלערט אויף אַ צוזאַמענטרעף מיט דיפּלאָמאַטן אין וואַטיקאַן, אַז ער האָפֿט, אַז די באַדינגונגען וועלן דערמעגלעכן אויך אַנדערע לענדער אָנצושליסן זיך אין דער צוקונפֿט צו די, וואָס זענען שוין רעפּרעזענטירט אין וואַטיקאַן. און ער האָט צוגעגעבן: "איך האָב אין זין, צווישן אַנדערע, כינע, וויעטנאַם, ישׂראל און יאָרדאַניע".

דאָס מאָל האָט דער פּויפּסט אָנגערופֿן ישׂראל בײַ איר נאָמען. 28 יאָר פֿריִער, אין יאַנואַר 1964, האָט דער פּויפּסט פּאַולוס דער זעקסטער באַזוכט ישׂראל, אָבער ער האָט דעם נאָמען "ישׂראל" — נישט דערמאָנט. ער האָט זיך באַנוגנט מיטן זאָגן, אַז ער שיקט זײַן תּפֿילה צו גאָט פֿאַר די קינדער פֿון "בני עם הברית", פֿון די קינדער פֿון פֿאָלק אין בונד, וועמעס טייל אין דער געשיכטע פֿון די רעליגיעס וועט קיינמאָל נישט פֿאַרגעסן ווערן.

די אײַנגעשפּאַרטקייט פֿון וואַטיקאַן נישט צו נאָרמאַליזירן די באַציִונגען מיט ישׂראל איז געווען פֿאַרבונדן מיטן פֿאַקט, אַז די שטעלונג פֿון קריסטנטום אַנטקעגן דעם ייִדנטום איז אַ טעאָלאָגישע, און ישׂראל איז די איינציקע מדינה אויף דער וועלט, וואָס איז אין די אויגן פֿון דער קאַטוילישער קירך נישט סתּם אַ מדינה ווי אַנדערע. אַזוי לאַנג ווי מיר זענען געווען אַ "שעמפֿול און נידעריק פֿאָלק", צעשפּרייט צווישן אַלע פֿעלקער אויף דער וועלט, איז אונדזער מינדערווערטיקע עקזיסטענץ געווען אַ באַווײַז, אַז דאָס קריסטנטום איז העכער פֿונעם ייִדנטום. אין מאָמענט ווען מיר האָבן באַוויזן זיך אָנצושליסן אין דער פֿאַמיליע פֿון פֿעלקער, גלײַך ווי אַלע אַנדערע, האָט כּאילו דאָס ייִדנטום באַזיגט דאָס קריסטנטום. דעריבער האָט עס געשאַפֿן אַ פּראָבלעם אין דער וועלט פֿון דער קאַטוילישער מחשבֿה. די קריסטלעכע טעאָלאָגן האָבן אָפּגעשאַצט, אַז מיטן אָנקניפּן דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט ישׂראל, וועט געשאַפֿן ווערן אַ ספֿק אין דער העכערקייט פֿון קריסטנטום איבערן ייִדנטום.

עס איז נישט געווען קיין צופֿאַל, אַז עס האָט גענומען דעם וואַטיקאַן 44 יאָר ביז ער האָט אָנגעהויבן, אין יולי 1992, אָפֿיציעלע אונטערהאַנדלונגען מיט ישׂראל וועגן נאָרמאַליזירן זייערע באַציִונגען. ערשט אין 1993 האָט דער וואַטיקאַן זיך אונטערגעגעבן, נעמענדיק אין באַטראַכט די מעלות, וואָס עס וועט אים ברענגען; און דעם 30סטן דעצעמבער אונטערגעשריבן דעם יסוד־אָפּמאַך מיט מדינת־ישׂראל אָנצושליסן פֿולע דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען.

אין דער הקדמה צום הסכּם ווערט געזאָגט, אַז דער וואַטיקאַן און ישׂראל שרײַבן אונטער דעם דאָזיקן אָפּמאַך, האָבנדיק אין זינען דעם ספּעציעלן כאַראַקטער און אוניווערסאַלן באַדײַט פֿונעם הייליקן לאַנד, זײַנענדיק אויפֿמערקזאַם וועגן דער ספּעציפֿישער נאַטור פֿון די באַציִונגען צווישן דער קאַטוילישער קירך און דעם ייִדישן פֿאָלק, און דעם איבערבעטונג־פּראָצעס און וווּקס פֿון קעגנזײַטיקער פֿאַרשטענדעניש און פֿרײַנדשאַפֿט צווישן די קאַטאָליקן און ייִדן; רעאַליזירנדיק דערבײַ, אַז דער דאָזיקער אָפּמאַך וועט פֿאַרזאָרגן אַ שטאַרקע און דויערהאַפֿטיקע באַזע פֿאַר אַ שטענדיקער אַנטוויקלונג פֿון זייערע צוקונפֿטיקע באַציִונגען.

מען מוז דאָ צוגעבן, אַז דער וואַטיקאַן איז נישט געווען דער איינציקער שולדיקער אין דעם וואָס עס האָט גענומען אַזוי פֿיל יאָרן אײַנצושטעלן דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען. דער אמת איז, אַז אויך ישׂראל האָט געהאַט אַ חלק אין דעם.

עס זענען געווען דרײַ מדינות — שפּאַניע, דײַטשלאַנד און דער וואַטיקאַן — וועלכע האָבן געוואָלט זיך דערנענטערן צו ישׂראל גלײַך נאָכן אויפֿקום פֿון דער ייִדישער מדינה. אָבער ישׂראלס רעאַקציע איז געווען אַ קאַלטע. ישׂראלס אָפּגעזונדערטע באַציִונג צו שפּאַניע האָט זיך דערקלערט דערמיט, וואָס גענעראַל פֿראַנקאָ איז געווען אַן אַליִיִרטער פֿון היטלערן, כאָטש ער האָט געהאָלפֿן די ייִדן זיך ראַטעווען.

וואָס שייך דײַטשלאַנד, האָט גענומען אַ סך יאָרן ביז ישׂראל האָט באַשלאָסן זיך דערנענטערן צו דעם לאַנד. לגבי דעם וואַטיקאַן, איז די שטערונג געווען די אויפֿפֿירונג פֿון פּויפּסט פּיוס דעם 12טן אין דער צײַט פֿונעם חורבן. מיט אַלע דרײַ האָט פּאַסירט אַן ענלעכע זאַך: ווען זיי האָבן פּרובירט זיך דערנענטערן צו אונדז, האָבן מיר נישט געוואָלט, און אַז מיר האָבן שוין יאָ געוואָלט, האָבן זיי זיך אין דעם נישט אָנגעכאַפּט.

פּיוס דער 12טער איז געווען אַ פֿרײַנד פֿון דריטן רײַך. ער האָט געוווּסט זיכער וועגן דעם פֿאַרניכטן די ייִדן און — געשוויגן. דער פּוילישער אַמבאַסאַדאָר בײַם וואַטיקאַן פֿלעגט באַזוכן פּיוסן פֿון צײַט צו צײַט און גערעדט מיט אים וועגן דעם, וואָס עס קומט פֿאָר מיט די ייִדן. איין טאָג, אַז דער אַמבאַסאַדאָר איז ווידער געקומען אים צו זען, האָט זיך פּיוס אויפֿגערעגט און געזאָגט: "איך האָב שוין געהערט זײַנע אָנקלאַגעס הונדערט מאָל. צי דען דאַרף איך עס הערן נאָך אַ מאָל?" אויב פּיוס דער 12טער וואָלט אויפֿגעהויבן זײַן שטימע קעגן דעם מאָרד איבער דעם ייִדישן פֿאָלק, וואָלטן זיך טויזנטער ייִדן געווען געראַטעוועט. קאַטאָליקן אין דײַטשלאַנד, פּוילן, פֿראַנקרײַך און אַנדערע לענדער וואָלטן געפֿילט אַ פֿליכט צו ראַטעווען די ייִדן. ליידער, איז דער וואַטיקאַן ביזן הײַנטיקן טאָג נישט מודה וועגן די חטאים פֿון פּויפּסט פּיוס דעם 12טן.

אין יאָר 1998 האָט דער וואַטיקאַן פּובליקירט אַ דאָקומענט וועגן חורבן און אויסגעדריקט חרטה צוליב דער עקזיסטענץ פֿון אַנטיסעמיטיזם. ער האָט געבעטן מחילה פֿאַר די חטאים פֿון יענע מיטגלידער פֿון דער קאַטוילישער קירך, וועלכע האָבן אַנטוישט און געזינדיקט, אָבער זיך אָפּגעהאַלטן אָפֿן צו דערקלערן: "חטאנו, פּשענו, מיר האָבן געקאָנט ראַטעווען ייִדן און דאָס נישט געטאָן". און נישט נאָר דאָס: דער וואַטיקאַן פּועלט אָן בושה צו פּראָקלאַמירן פּיוס דעם 12טן ווי אַ הייליקן.

איך געדענק גוט, אַז ווען איך בין אָנגעקומען אין רוים צו אַרבעטן אין ישׂראלדיקן "מוסד", איז דער פּויפּסט געווען פּיוס דער 12טער. מײַן הויפּט־אַרבעט איז געווען דאָרט שפּיאָנירן נאָכן וואַטיקאַן, וואָס מיר האָבן אים באַטראַכט ווי אַ געוויסן פֿײַנט. איך געדענק, אַז הרבֿ יעקבֿ הערצאָג, וועלכער איז געווען דער ראַטגעבער פֿון פּרעמיער דוד בן־גוריון, האָט זיך אויסגעדריקט, אַז אונדזער ציל דאַרף זײַן צו ראַטעווען ירושלים פֿון די נעגל פֿון וואַטיקאַן, ווײַל דער וואַטיקאַן האָט דאַן שטאַרק געשטיצט די אינטערנאַציאָנאַליזירונג פֿון ירושלים.

אויסער דעם, האָבן מיר געוווּסט, אַז דער וואַטיקאַן העלפֿט די נאַציס צו אַנטלויפֿן קיין לאַטײַן־אַמעריקע, און איך האָב געהאַט אַן אַגענט, אַ פֿראַנצויזישן זשורנאַליסט, וועלכער האָט געאַרבעט אויף דעם געביט. ליידער, האָט דער דאָזיקער אַגענט נישט געהאַט קיין דאָקומענטן און אַלץ וואָס ער האָט אונדז דערציילט, זײַנען געווען זײַנע אינטערפּרעטאַציעס און אויסטײַטשונגען. דערפֿאַר איז זײַן פּסעוודאָנים בײַ אונדז געווען "רש״י".