ייִדיש־וועלט

די מאַטורע־תּלמידים בײַ דער ״דוד המלך־שול״ פֿאַר די עקזאַמענס
די מאַטורע־תּלמידים בײַ דער ״דוד המלך־שול״ פֿאַר די עקזאַמענס

מיט פֿינף יאָר צוריק האָט אַ גרופּע גראַדואַנטן פֿון דער מעלבורנער ייִדישער טאָגשול "שלום־עליכם קאָלעדזש" געפֿאָדערט בײַ זייערע עלטערן און בײַ זייערע לערער, פֿירן צוזאַמען אַ קאַמף, אַז די ייִדישע שפּראַך זאָל אַנערקענט ווערן ווי אַ מאַטורע-לימוד אין דעם אויסטראַלישן שטאַט וויקטאָריע. פֿינף יאָר איז נישט אַזאַ לאַנגער צײַטאָפּשניט, נאָר איינע פֿון די דעמאָלט פֿופֿצן-יעריקע תּלמידות וועט אין צוויי יאָר אַרום גראַדויִרן מיט אַ דיפּלאָם ווי אַ ייִדיש-לערער בײַם אָרטיקן מאָנאַש אוניווערסיטעט; און צוועלף מיטלשול־תּלמידים פֿון דער "דוד המלך־שול" און פֿון דער "הר־הצפֿים קאָלעדזש" האָבן, סוף-כּל-סוף, אויסגעפֿונען זייערע רעזולטאַטן פֿון די ייִדישע מינדלעכע און געשריבענע עקזאַמענס, וועלכע זיי האָבן דורכגעמאַכט מיט פֿינף וואָכן צוריק, אין איינעם מיט אַלע אַנדערע תּלמידים אין וויקטאָריע, וואָס האָבן זיך געלערנט אַ שפּראַך ווי אַ מאַטורע-לימוד.

די צעל-טעלעפֿאָנען האָבן אָנגעהויבן קלינגען אַ פֿערטל פֿאַר זיבן מאָנטיק אין דער פֿרי. די אַנדערע, מער געדולדיקע, האָבן געזוכט זייערע רעזולטאַטן אויף דער וועב-זײַט פֿונעם דערציִונגס-מיניסטעריום. דינסטיק אין דער פֿרי זײַנען אָנגעקומען די בריוו פֿון דעם מיניסטעריום צו יעדן סטודענט און מיטוואָך זײַנען די רעזולטאַטן פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין די מעלבורנער צײַטונגען. די צוויי העכסטע רעזולטאַטן האָבן באַקומען צוויי שוועסטער, אַ צווילינג. איינע פֿון די שוועסטער זאָגט שוין, אַז זי וויל ווערן אַ ייִדיש-לערערין בײַ דעם "שלום־עליכם קאָלעדזש". אַזוי ווי איר באָבע און איר מאַמע זײַנען אויך ייִדיש-לערער, וועט זי זײַן דער דריטער דור ייִדיש-לערער אין איר משפּחה.

איינע פֿון די מיידלעך האָט באַשריבן אירע געפֿילן וועגן דער שווערער אַרבעט, וואָס זי האָט אַרײַנגעלייגט אין דעם ייִדיש-לימוד, אַזוי:

"אַ דאַנק דער ייִדיש-מאַטורע, האָב איך געקענט פֿאַרבעסערן מײַן ייִדיש. איך בין שטאָלץ צו זײַן אַ מיטגליד פֿון דעם ערשטן ייִדיש-מאַטורע־קלאַס פֿון דער ׳שלום־עליכם־שול׳ אין מעלבורן".

איר שוועסטער האָט ציטירט די ווערטער פֿון דעם נאָבעל־לאָריאַט יצחק באַשעוויס-זינגער:

"ווי יצחק באַשעוויס זינגער האָט אַ מאָל געזאָגט, ווען ער האָט באַקומען דעם נאָבעל־פּריז פֿאַר ליטעראַטור אין יאָר 1978: ׳ייִדיש האָט נאָך נישט געזאָגט איר לעצט וואָרט. עס פֿאַרמאָגט אוצרות, וואָס זענען נאָך נישט אַנטפּלעקט געוואָרן פֿאַר די אויגן פֿון דער וועלט. אין אַ געוויסער מאָס איז ייִדיש די קליגסטע און באַשיידענע שפּראַך פֿון אונדז אַלעמען, דער אידיאָם פֿון אַן איבערגעשראָקענער און האָפֿנדיקער מענטשהייט׳".

ביידע מיידלעך האָבן זיך אויסגעדריקט אויף די שפּאַלטן פֿון דער ייִדיש וועבזײַט פֿון דער "דוד המלך־שול", וואָס הייסט ,,די יונגע גוואַרדיע"

דער לערער אַלעקס (אַהרון) דאַפֿנער, אַליין אַ גראַדואַנט פֿון דער שלום־עליכם זונטיק־שול, אַ ייִדישער אַקטיאָר און דער אָנפֿירער פֿון די ייִדישע ראַדיאָ-פּראָגראַמען אויף דער פֿעדעראַלער עטנישער ראַדיאָ-סטאַנציע, איז געבוירן געוואָרן אין לאָדזש, פּוילן, בײַם סוף פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה. ער האָט זיך געלערנט אין דער אָרטיקער ייִדישער שול ביז ער איז אַוועקגעפֿאָרן קיין אויסטראַליע מיט זײַנע עלטערן. ער האָט געלערנט ביידע ייִדישע מאַטורע־קלאַסן, סײַ אין דער "דוד המלך־שול" און אין דעם "הר־הצפֿים קאָלעדזש". ער איז אויך דער פּרעזידענט פֿון דער ייִדישער קולטור־אָרגאָניזאַציע און נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק "קדימה", וואָס האָט לעצטנס געפֿײַערט איר 95־יעריקע עקזיסטענץ. די גרעסטע אַרבעט בײַם צוגרייטן סײַ דעם קורס, סײַ די רעלעוואַנטע לערן-מאַטעריאַלן און סײַ די תּלמידים האָט דורכגעפֿירט אַלעקס דאַפֿנער, און דערפֿאַר קומט אים אַ האַרציקער יישר-כּוח.

די יונגע צוקונפֿטיקע ייִדיש-לערערין, פֿייגי זילבערמאַן, וועלכע האָט לעצטנס אָנטיילגענומען אין דעם אוריאל ווײַנרײַכס זומער־פּראָגראַם אין ניו-יאָרק, האָט אונטערגעשטראָכן, אַז דער דערפֿאָלג פֿון ייִדיש, ווי אַ מאַטורע-לימוד, ברענגט אַרויס דעם אינטערעס צו ייִדיש און ייִדישער קולטור בײַם יונגן דור. זי האָט געזאָגט, אַז כאָטש זי אַליין האָט נישט באַוויזן דורכצומאַכן אַ מאַטורע-קורס אין ייִדיש, האָפֿט זי, אַז זי וועט במשך פֿון די קומענדיקע יאָרן לערנען אַזאַ קורס. מיטן רעכטן פֿוס!

כּמעט יעדער ייִדיש-לערער אין וויקטאָריע האָט געשפּילט זײַן ראָלע צו דערמעגלעכן די ייִדיש-מאַטורע. אַ טייל האָבן מיטגעאַרבעט מיטן דערציִונגס-מיניסטעריום, כּדי דער קורס־קוריקולום זאָל גוטגעהייסן ווערן; די אַנדערע האָבן צוגעגרייט דעם עקזאַמען, קאָרעגירט די עקזאַמענס אָדער צוגעגרייט די סטודענטן. עס איז אַ גרויסער אויפֿטו, אין וועלכן די אָרטיקע ייִדישע גאַס האָט אַרײַנגעלייגט אַ סך אַרבעט.