היציקע מאָסקװער זשורנאַליסטן רעדן שױן װעגן אַ קומעדיקער מלחמה מיט גרוזיע. די סיבה? דער אַרעסט פֿון פֿיר רוסישע אָפֿיצירן אין טביליסי, װאָס די גרוזינישע רעגירונג באַשולדיקט זיי אין שפּיאָנירן לטובֿת רוסלאַנד. דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק, בעת דער זיצונג פֿון רוסלאַנדס זיכערקײט־ראַט, האָט פּרעזידענט פּוטין אָנגערופֿן די דאָזיקע אַקציע "מלוכישער טעראָריזם" מצד גרוזיע. רוסלאַנד האָט עװאַקויִרט כּמעט אַלע דיפּלאָמאַטן מיט זײערע משפּחות, האָט אױפֿגעהערט אַרױסצוגעבן װיזעס פֿאַר גרוזינישע בירגער, און האָט אײַנגעפֿירט שטרענגע פּאָליציייִשע מיטלען, כּדי צו קאָנטראָלירן כּמעט אײן מיליאָן גרוזינער, װעלכע װױנען און אַרבעטן אין רוסלאַנד. דערבײַ דערקלערט מען אָפֿן, אַז אָט די אַלע אַקציעס האָבן אַ פּאָליטישן באַטײַט. לױט אַלע סימנים, נעמט מאָסקװע אױף די איצטיקע לאַגע זײער ערנסט.
גלײַך נאָכן אױסבראָך פֿונעם לעצנט שפּיאָנאַזש־סקאַנדאַל האָט דער אַמעריקאַנער מלוכה־דעפּאַרטמענט מודיע געװען, אַז אַמעריקע האָט גאָר ניט צו טאָן מיט דעם דאָזיקן ענין. דער קאָנפֿליקט געהערט צו דער קאָמפּעטענץ פֿון די קעגנזײַטיקע באַציִונגען צװישן גרוזיע און רוסלאַנד, און אַלע קלאַנגען װעגן דער אַמעריקאַנער אַרײַנמישונג אינעם דאָזיקן סקאַנדאַל זײַנען בילבולים, װאָס געהערן צו דער "פֿאַרשװערונג־טעאָריע", האָט דערקלערט דער פֿאָרשטײער פֿון דעם מלוכה־דעפּאַרטמענט. אָבער אין מאָסקװע איז מען זיכער, אַז די סיבה פֿון אַלע קאָנפֿליקטן אויפֿן פּאָסט־סאָװעטישן רױם דאַרף מען זוכן דװקא אין װאַשינגטאָן. חוץ דעם, באַשולדיקט רוסלאַנד די נײַע מיזרח־אײראָפּעיִשע מיטגלידער פֿון "נאַטאָ" אין "אומלעגאַלע" געװער־ליפֿערונגען קײן גרוזיע. דער גענעראַל־סעקראַטאַר פֿון "נאַטאָ" האָט דערװידערט, אַז אַלע געשעפֿט־פֿאַרבינדונגען צװישן דעם "נאַטאָ" און גרוזיע קומען פֿאָר אויף אַ לעגאַלן אופֿן, װײַל גרוזיע איז אַן אומאָפּהענגיקע מדינה. ניט לאַנג צוריק האָט גרוזיע אָנגעהױבן צו פֿירן ערנסטע משׂא־ומתּן מכּוח איר אַרײַנטריט אין דעם "נאַטאָ". װי אַן ענטפֿער אױף דעם, האָט מאָסקווע באַשלאָסן צו פֿאַרשטאַרקן איר מיליטערישן קאָנטינגענט בײַ דער גרענעץ מיט גרוזיע.
דער אַרײַנטריט אין "נאַטאָ" איז אַ "הײסער" ענין אין דער אינערלעכער פּאָליטיק פֿון גרוזיע. די רעגירונג טענהט, אַז די מיטגלידערשאַפֿט אינעם טראַנס־אַטלאַנטישן אַליאַנץ װעט פֿאַרזיכערן די אומאָפּהענגיקײט פֿון גרוזיע און איר העלפֿן צו לײזן די סיכסוכים אין אַבכאַזיע און דרום־אָסעטיע. די אָפּאָזיציע האַלט להיפּוך, אַז "נאַטאָ" װעט ניט זײַן בכּוח צו גאַראַנטירן אַ סטאַבילן מצבֿ אין גרוזיע. װי אַ "נאַטאָ"-מיטגליד, קאָן זיך טרעפֿן, אַז גרוזיע וועט זיך געפֿינען אױף דער פֿראָנט־ליניע פֿונעם צוקונפֿטיקן קאַמף צװישן אַמעריקע און איראַן. לעת־עתּה איז די גאַנצע װירטשאַפֿט פֿון גרוזיע אָפּהענגיק פֿון דער ענערגיע־באַזאָרגונג וואָס זי באַקומט פֿון רוסלאַנד און איראַן. קײן פּאָליטישע אָדער מיליטערישע שטיצע מצד אַמעריקע און אײראָפּע װעט ניט זײַן בכּוח צו קאָמפּענסירן די איצטיקע ליפֿערונגען פֿון גאַז און עלעקטריציטעט פֿון רוסלאַנד און איראַן. די רעגירונג־פּאַרטײ באַשולדיקט די אָפּאָזיציע אין וועלן דורכשלעפּן "רוסישע אינטערעסן". אָנהײב סעפּטעמבער האָט די גרוזינישע פּאָליצײ אַרעסטירט מער װי צװאַנציק אָנהענגער פֿון דער אָפּאָזיציע, װעלכע װערן באַשולדיקט אין צוגרײטן אַ מלוכישע איבערקערעניש און אויפֿשטעלן אַ רעגירונג, װאָס ס׳װעט לוינען פֿאַר מאָסקװע.
דער איצטיקער פֿאַרשאַרפֿטער מצבֿ פֿונעם רוסיש־גרוזינישן קאָנפֿליקט האָט פּלוצעם זיך אָפּגערופֿן אין מערבֿ — דער װײַסרוסישער פּרעזידענט, אַלעקסאַנדר לוקאַשענקאָ, האָט דערקלערט, אַז ער האָט מער ניט בדעה צו פֿאַראײניקן זיך מיט רוסלאַנד. דער דאָזיקער פּלאַן איז געבױרן געװאָרן אין די טיפֿענישן פֿון יעלצינס אַדמיניסטראַציע סוף די 1990ער יאָרן, אָבער ער האָט קײנמאָל ניט געהאַט קײן ממשותדיקע אַנטוויקלונג. לױט דעם דאָזיקן פּלאַן, האָבן רוסלאַנד און װײַסרוסלאַנד שױן לאַנג געדאַרפֿט שאַפֿן בשותּפֿותדיקע מאַכט־אָרגאַנען. אין דער אמתן איז קײן הײסע ליבע צװישן די צװײ שותּפֿים קײן מאָל ניט געװען. איצט האָט לוקאַשענקאָ מורא, אַז די רוסישע מלוכישע גאַז־מאָנאָפּאָליע "גאַזפּראָם" האָט בדעה אײַנשלינגען די גאַנצע װײַסרוסישע כעמישע אינדוסטריע. דער "גאַזפּראָם" סטראַשעט מיט העכערן דעם גאַז־פּרײַז פֿאַר װײַסרוסישע קונים. מיט אַ װאָך צוריק האָט לוקאַשענקאָ פֿאַרבעטן די רוסישע זשורנאַליסטן און געזאָגט, אַז ער װיל "פֿאַרפֿרירן" די אַנטװיקלונג פֿון קעגנזײַטיקע באַציִונגען. לוקאַשענקאָ האָט דערקלערט זײַן באַשלוס מיט דער אַנטױשונג אין דער פּאָליטיק פֿון מאָסקווע. זײַן חלום איז געװען אויפֿצולעבן דעם אַמאָליקן ראַטן־פֿאַרבאַנד, בעת מאָסקװע טענהט וועגן אַ פֿאַראײן לױט דעם אײראָפּעיִשן מוסטער.
לוקאַשענקאָס שאַרפֿע קריטיק פֿון רוסלאַנדס פּאָליטיק לגבי װײַסרוסלאַנד, דעם לעצטן געטרײַען שכן אויפֿן פּאָסט־סאָװעטישן שטח, איז אַרויסגעקומען פּונקט אין אַ שווערן מאָמענט פֿאַר מאָסקװע. דער קאָנפֿליקט מיט גרוזיע און די אָפּקילונג פֿון די באַציִונגען מיט װײַסרוסלאַנד פֿאַרשװאַרצן דעם געשטאַלט פֿון פּוטינס רוסלאַנד, וואָס נײטיקט זיך זייער אין דער אינטערנאַציאָנאַלער שטיצע, כּדי צו באַרעכטיקן איר שאַרפֿע פּאָליטיק לגבי גרוזיע.