אין אויגוסט איז מיר אויסגעקומען צו פֿאַרברענגען אַ פּאָר וואָכן אין בערלין. כ'בין געקומען אַהין נאָך אַ פֿינף-יאָריקן איבעררײַס, און איך מוז זאָגן, אַז די שטאָט איז מיר נאָך מער געפֿעלן געוואָרן. ס'איז אַ ריזיקער כּרך, וווּ עס בלײַבט אַ היפּש ביסל פּראָווינציעלער רויִקייט, מע ווערט ניט דאָרטן אַזוי אויסגעמאַטערט ווי, אַ שטייגער, אין ניו-יאָרק, מאָסקווע צי לאָנדאָן. דערצו האָב איך ליב צו לייענען דײַטשישע צײַטונגען — מע פֿילט זייער אָפֿט אַ הויכן ניוואָ פֿון זשורנאַליזם און אַ דרך-ארץ פֿאַרן אינטעלעקטועלן ניוואָ פֿונעם לייענער.
ווי אין ס'רובֿ אַנדערע גרויסע אייראָפּעיִשע שטעט, קען מען אויסקלײַבן צווישן עטלעכע גוטע טעגלעכע צײַטונגען. די בעסטע זײַנען, פֿאַרשטייט זיך, "פֿראַנקפֿורטער אַלגעמײַנע צײַטונג" און "זידדויטשע צײַטונג". הגם זיי האָבן "געאָגראַפֿישע" טיטלען, געהערן זיי פֿאַקטיש צו דער קאַטעגאָריע פֿון נאַציאָנאַלע צײַטונגען. אָבער עס זײַנען פֿאַראַן אויך ערנסטע בערלינער טעגלעכע אויסגאַבעס, וועלכע זײַנען נאָך פֿאַרבליבן פֿון די אַלטע צײַטן, ווען אי בערלין אי דײַטשלאַנד זײַנען געווען צעטיילט: די "בערלינער צײַטונג" טראָגט דעם זעלבן נאָמען, וועלכן עס האָט געהאַט די קאָמוניסטישע אויסגאַבע, און "דער טאַגעסשפּיגעל" איז געווען די צײַטונג פֿון מערבֿ-בערלין.
פֿון בערלין בין איך געפֿאָרן קיין ענגלאַנד, וווּ — ווידער אַ מאָל — האָב איך געקענט אויסקלײַבן אַ צײַטונג: אָדער די גאָר קאָנסערוואַטיווע "דיילי טעלעגראַף", אָדער די קאָנסערוואַטיוו-אינטעלעקטועלע "טײַמס", אָדער די ליבעראַל-לינקע "גאַרדיאַן", אָדער די — איך ווייס שוין ניט אַ וועלכע — "אינדעפּענדענט". איך רעד שוין ניט וועגן די פֿינאַנציעלע צײַטונגען, אי אין לאָנדאָן אי אין בערלין.
דאָס אַלץ שאַפֿט אַ געוואַלדיקן קאָנטראַסט מיט ניו-יאָרק. דאָ האָב איך ניט קיין ברירה — רק "ניו-יאָרק טײַמס". אָבער צו מאָל, זייער זעלטן, מאַכט זיך אַזוי, אַז — ווען איך פֿאָר אין דער פֿרי — איז די "ניו-יאָרק טײַמס" ניטאָ אין דעם קרעמל, אויפֿן ראָג לעבן דער אונטערבאַן-סטאַנציע. וואָס טוט מען? צו לייענען דעם "וואָל סטריט זשורנאַל"? אָבער דאָרטן איז אַ גרויסער טייל פֿאַרדעקט מיט ציפֿערן (געלטער, אַקציעס, שמאַקציעס), וועלכע זאָגן מיר גאָרניטש. כ'האָב געפּרוּווט קויפֿן די שמאָלינקע צײַטונגען, די "טאַבלאָידס", אָבער דאָרטן איז דאָך כּמעט ניטאָ וואָס צו לייענען.
אַ פּאָר מאָל האָב איך געפּרוּווט לייענען די "סאַן", אָבער בײַ מיר האָט זיך געשאַפֿן אַ מיינונג וועגן איר — אפֿשר ניט קיין ריכטיקע — אַז זי איז געווען אָנגעלאָדן מיט נעגאַטיווער, בייזער ענערגיע. צו לייענען עס אין דער פֿרי, בפֿרט אויף אַ ניכטערן מאָגן, איז געווען ממש געפֿערלעך, לכל-הפּחות פֿאַרן מאָגן. און די שטימונג פֿלעגט ווערן ערגער, מרה-שחורהדיקער. דערצו האָט אויף מיר געקוועטשט דער נאָמען גופֿא — די לאָנדאָנער צײַטונג "סאַן", מיט נאַקעטע מיידלעך, קויפֿט דאָך נאָר אַ ספּעציפֿישער עולם.
אין תּוך אַרײַן, איז דער ניו-יאָרקער "סאַן", וואָס איז צום ערשטן מאָל אַרויס אין אַפּריל 2002, אויך געווען אויסגערעכנט אויף אַ ספּעציפֿישן לייענער. און דער זשורנאַליסט האָט אויך געדאַרפֿט זײַן ניט אַבי אַ וועלכער. דער "ניו-יאָרק אָבזערווער" האָט אין אָקטאָבער 2007 פֿאַרעפֿנטלעכט אויסצוגן פֿון אינסטרוקציעס פֿאַר די "סאַן"-מחברים. עס ווייעט פֿון זיי מיטן פֿראָסט פֿון דער קאַלטער מלחמה. למשל: "איידער מע דרוקט אַ וועלכע עס זאָל ניט זײַן פּאָזיטיווע אינפֿאָרמאַציע וועגן אַ קאָמוניסט מוז מען זי ווײַזן דעם הויפּט-רעדאַקטאָר צי דעם פֿאַראַנטוואָרטלעכן רעדאַקטאָר".
ס'איז אינטערעסאַנט אויך די אינסטרוקציע אויסצומײַדן דעם באַגריף Arab East Jerusalem. בכלל, די נומערן פֿון "סאַן", וועלכע מיר איז אויסגעקומען צו לייענען, האָבן אין זיך געטראָגן אַ היפּשן ייִדישן אינהאַלט, און תּמיד אַ (פּאָליטיש) רעכטן. זייער מיליטאַנטיש האָבן געקלונגען די קאָלומנס, געשריבן דורך דעם ישׂראלדיקן פֿילאָלאָג און פּאָליטישן זשורנאַליסט הלל האַלקין. דער ייִדישער אינטערעס פֿון דער צײַטונג איז ניט קיין צופֿעליקער. איר רעדאַקטאָר און אידעאָלאָג, סעט ליפּסקי, איז דאָך געקומען פֿון דעם ענגלישן "פֿאָרווערטס", וווּ ער איז געווען דער סאַמע ערשטער רעדאַקטאָר. ווי אַ פּועל-יוצא, האָט דער ענגלישער "פֿאָרווערטס" אַ שיין ביסל יאָרן געפֿירט אַ שיזאָפֿרענישע עקזיסטענץ: ס'איז געווען אַ ליבעראַלע צײַטונג, אָבער בראָש מיט אַ רעכטן רעדאַקטאָר.
נאָך אין די 1990ער יאָרן האָט סעט ליפּסקי געחלומט וועגן אַ טעגלעכער צײַטונג. מע האָט שוין אַפֿילו אָפֿן אַרומגערעדט אַ פּלאַן פֿון אַרויסצוגעבן יעדן טאָג דעם ענגלישן "פֿאָרווערטס". גאָט צו דאַנקען, האָט מען זיך פֿון אָט דער אַליין-מערדערישער אידעע אָפּגעזאָגט. די גאַנצע געשיכטע פֿון דער ייִדישער פּרעסע ווײַזט, אַז אַזעלכע פּראָיעקטן קענען ניט מקוים ווערן. מע האָט שוין געפּרוּווט צו דרוקן אַ טעגלעכע ייִדישע צײַטונג אויף דײַטש, אויף שפּאַניש, ווי אויך אויף ענגליש. אָבער אַלע דרײַ זײַנען זייער גיך אַוועק אין דער אייביקיט. בכלל, אַריכות-ימים האָבן, מחוץ-לאָרץ, געהאַט נאָר טעגלעכע צײַטונגען אויף ייִדיש.
די ניו-יאָרקער צײַטונג "סאַן" איז, ניט געקוקט אויף אירע ייִדישע אינטערעסן, קיין ייִדישע צײַטונג ניט געווען. אָבער זי איז אויך אונטערגעגאַנגען — דעם 30סטן סעפּטעמבער איז אַרויס איר לעצטער נומער. מיר שײַנט, אַז סעט ליפּסקי האָט געבויט די אויסגאַבע אויף חלומות. זײַן פֿאַרבינדונג מיט רעאַלקייט בלײַבט פֿאַר מיר אַ רעטעניש. גאָר ניט לאַנג צוריק, דעם 4טן סעפּטעמבער, האָט ער, למשל, אַ זאָג געטאָן אין זײַן עדיטאָריאַל: "דער 'וואָל סטריט זשורנאַל' האָט געהאָלפֿן צו באַזיגן דעם סאָוועטישן קאָמוניזם". כ'וואָלט געוואָלט הערן, ווי אַזוי וואָלט אויף אַזאַ "היסטאָרישער טיפֿקייט" רעאַגירט, אַ שטייגער, מיכאַיִל גאָרבאַטשאָוו.
און דאָך, מיין איך, איז עס אַ טרויעריקער פֿאַקט, וואָס די שטאָט ניו-יאָרק וועט ניט האָבן די צײַטונג "סאַן". איך ווייס ניט פּינקטלעך, אויף וואָס דער דאָזיקער אונטערגאַנג ווײַזט: צי דער עולם, וועמען דער "ניו-יאָרק טײַמס" איז ניט צום האַרצן, קען ניט, בכלל, לייענען אַן אינטעקטועלע צײַטונג? צי די זשורנאַליסטן פֿון "סאַן" האָבן אויך אידעאָלאָגיש באַפֿרידיקט נאָר אַ קליינעם, דעם סאַמע פֿאַרביטערטן חלק פֿון די אַנטי-"ניו-יאָרק-טײַמסניקעס? אַזוי צי אַזוי, איז עס אַ שאָד, וואָס ניו-יאָרק איז ווידער ניט בכּוח געווען אויסצוהאַלטן נאָך איין טעגלעכע צײַטונג. און דאָס איז די זעלבע שטאָט, וווּ עס זײַנען אַ מאָל געווען ניט ווייניקער פֿון פֿיר טעגלעכע צײַטונגען אויף ייִדיש.