אַמעריקע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער (ניו־יאָרק)

אַ צאָל דעמאָקראַטישע פּאָליטיקער האָבן במשך פֿון די לעצטע צוויי וואָכן דערקלערט, אַז די סיבה פֿאַר וואָס צפֿון־קאָרעע האָט דורכגעפֿירט איר נוקלעאַרן אויספּרוּוו, איז צוליב פּרעזידענט דזשאָרדזש בושס "אומגעלומפּערטער" פּאָליטיק צום רעזשים.

ווי עס גיט איבער די צײַטונג "וואָל סטריט דזשורנאַל" (Wall Street Journal), האָט סענאַטאָר באָב מענענדעז (ניו־דזשערזי), דערקלערט, אַז קים דזשאָנג־אילס אַגרעסיע "איז אַ בײַשפּיל, ווי אַזוי די אומקאָמפּעטענץ פֿון דער בוש־אַדמיניסטראַציע האָט געשטעלט אונדזער לאַנד אין אַ סכּנה", און הערי ריד (נעוואַדע) האָט געפֿאָדערט אַן אויספֿאָרשונג פֿון בושס "דורכגעפֿאַלענער פּאָליטיק אין צפֿון־קאָרעע". סענאַטאָר סעם נאָן (דזשאָרדזשיע) האָט געטענהט, אַז מע האָט אָנגעהויבן מיטן נישט־ריכטיקן מיטגליד פֿונעם "אַקס פֿון רשעות": "מיר האָבן געדאַרפֿט אָנהייבן צו ערשט, מיט פּיאָנגיאַנג, און ערשט שפּעטער — מיט באַגדאַד."

געוויסע דעמאָקראַטן האָבן געזאָגט, אַז אויב וואַשינגטאָן וואָלט געפֿירט דיפּלאָמאַטישע פֿאַרהאַנדלונגען מיט פּיאָנגיאַנג, וואָלט מען אפֿשר געקאָנט דערגרייכן אַן אויסגלײַך; און אַנדערע דעמאָקראַטן האָבן באַטאָנט, אַז פּרעזידענט בוש האָט פּראָוואָצירט צפֿון־קאָרעע צו אַנטוויקלען די באָמבע ווען ער האָט אַרײַנגערעכנט די מלוכה ווי איינע פֿונעם "אַקס פֿון רשעות".

פֿאַראַכטאָגן מאָנטיק האָט די סענאַטאָרין הילאַרי קלינטאָן (ניו־יאָרק) אויך אַרויסגעזאָגט איר מיינונג: "צום טייל איז אָט די געפֿערלעכע סיטואַציע אַ רעזולטאַט פֿון דער נישט־געלונגענער פּאָליטיק פֿון דער בוש־אַדמיניסטראַציע. איך האָף, אַז די אַדמיניסטראַציע וועט איצט אָננעמען אַ מער עפֿעקטיוון מיטל ווי זי האָט ביז איצט געהאַט."

דער "דזשורנאַל" ענטפֿערט דערויף, אַז די טענות פֿון די דעמאָקראַטן זענען פֿול מיט לעכער. "פֿאַקטיש האָט די ׳סי־אײַ־איי׳ שוין אין די 1990ער חושד געווען צפֿון־קאָרעע אין אַנטוויקלען נוקלעאַר געווער — שרײַבט דער "דזשורנאַל" — און דער זיכערהייט־קאָרעספּאָנדענט פֿאַר "בי־בי־סי"־נײַעס, גאָרדאָן קאָרעראַ, האָט געזאַמלט גענוג באַווײַזן, אַז צפֿון־קאָרעע האָט שוין אויסגעפּרוּווט אַ נוקלעאַרע באָמבע אין 1998. וואָס שייך דעם געדאַנק, אַז דירעקטע פֿאַרהאַנדלונגען צווישן וואַשינגטאָן און פּיאָנגיאַנג וואָלט געקאָנט דערפֿירן צו אַן אויסגלײַך, איז קלאָר, אַז די קריטיקער האָבן פֿאַרגעסן ווי צפֿון־קאָרעע האָט אָפּגענאַרט אַמעריקע בײַם לעצטן אָפּמאַך פֿון 1994."

סענאַטאָר דזשאַן מאַק׳קיין (רעפּובליקאַנער, אַריזאָנע) האָט זיך אויך פֿאַררופֿן אויף דעם נישט־געלונגענעם אָפּמאַך, ווען ער האָט, בעת אַ קאַמפּאַניע־רעדע אין דעטרויט, דעם 10טן אָקטאָבער, קריטיקירט הילאַרי קלינטאָנס באַמערקונג. "איך דאַרף דערמאָנען סענאַטאָר קלינטאָן און די אַנדערע דעמאָקראַטן, וואָס קריטיקירן די פּאָליטיק פֿון דער בוש־אַדמיניסטראַציע, אַז דער אָפּמאַך וואָס איר מאַנס אַדמיניסטראַציע האָט אונטערגעשריבן איז געווען אַ דורכפֿאַל. יעדעס מאָל וואָס די קלינטאָן־אַדמיניסטראַציע האָט געוואָרנט די צפֿון־קאָרעער נישט צו טאָן עפּעס — נישט אַרויסצוטרײַבן די אינספּעקטאָרן פֿון די נוקלעאַרע אײַנריכטונגען, נישט אַראָפּצונעמען די אוראַניום־שטענגלעך פֿון זייער רעאַקטאָר — האָבן די צפֿון־קאָרעער עס יאָ געטאָן. און יעדעס מאָל האָט די קלינטאָן־אַדמיניסטראַציע זיי באַלוינט — מיט מער פֿאַרהאַנדלונגען."

דער "דזשורנאַל"־אַרטיקל פֿאַרענדיקט זיך מיט אַ פֿראַגע צו די דעמאָקראַטן. "זאָרגן זיך טאַקע די סענאַטאָרן ריד, מענענדעז און די אַנדערע אין דער סכּנה, אַז נוקלעאַר געווער קאָן אַרײַנפֿאַלן אין די הענט פֿון די טעראָריסטן, און אין די אַמעריקאַנער האַוונס? אויב יאָ, זאָלן זיי גיכער פּועלן בײַ כינע און רוסלאַנד זיך אָנצושליסן אין דער ׳זיכערהייט־איניציאַטיוו קעגן וואָפֿן־פֿאַרשפּרייטונג׳, וואָס איז ביז איצט דער הצלחהדיקסטער מיטל קעגן דעם פֿאַרקויף פֿון אומלעגאַל געווער."