פֿון אַלע לײַדענישן און לײַדנשאַפֿטן, װאָס עס האָט איבערגעלאָזט נאָך זיך די צװײטע לבֿנונישע מלחמה, איז די שטאַרקסטע פֿון זיי — דער מנהיגים-סינדראָם, פֿון װעלכן עס לײַדט איצט די מדינה.
לויט די אינערלעכע ראַנגלענישן, װאָס קומען פֿאָר אויפֿן פּאָליטישן און געזעלשאַפֿטלעכן פֿאָרום, און גאָר באַזונדערס, אין דער צװײטהערשנדיקער "עבֿודה", קאָן מען מײנען, אַז מדינת־ישׂראל איז געבענטשט מיט אַ שפֿע, ביז אַן עודף, פֿון פּאָטענציעלע אָדער גרייטװיליקע מנהיגים. פֿון די דורכגעפֿירטע פּובליק-טעסטן װײַזט זיך אָבער אַרויס, אַז װען עס קומט צום אויסװײלן צװישן זיי, איז קיינער נישט גענוג פּאָפּולער, כּדי צו װערן געקרוינט װי דער געװוּנטשענער מנהיג. רוקט דעריבער זיך אַרויס פֿון דאָס נײַ אויפֿן העכסטן שטאַפּל פֿון דעם לייטער דער קאַנדידאַט, װעלכער איז שוין צװײ מאָל פֿון אים געװאָרן אַראָפּגעשלײַדערט צוליב זײַן מנהיגישן דורכפֿאַל.
אין דעם פֿאַל איז דאָס נישט שמעון פּערעס, נאָר גראָד זײַן קעגנער, דער מנהיג פֿון "ליכּוד" בנימין נתּניהו. אָבער קיינער זינגט שוין הײַנט נישט קיין "דוד מלך ישׂראל", אָדער "אַריק מלך ישׂראל" און אויך נישט "ביבי מלך ישׂראל" — קיינער זינגט שוין נישט קיין הללויה צו קיין נײַעם מלך — װײַל אַזעלכער איז איצט נישט בנמצא אויף דער "אַדזשענדע", װאָס איז געװאָרן אַ פּאָפּולערע מטבע אין דעם אַקטועלן ישׂראלדיקן לעקסיקאָן. אויך די גרופּע אַקטיװיסטן פֿון דער ספּאָנטאַנער פּראָטעסט-באַװעגונג, קאָמבאַטאַנטן פֿון דער לעצטער מלחמה און עסקנים פֿון דער אָרגאַניזאַציע פֿאַר "אָפּהיטן די זויבערקייט פֿון די נאָרמעס פֿונעם רעזשים", װאָס האָבן ערבֿ יום-טובֿ, אויף דער עצה פֿון די דאָקטוירים, איבערגעריסן, נאָך צװײ װאָכן, זייער הונגער-שטרײַק — אויך זיי האָבן נישט געהאַט װעמען פֿאָרצולייגן װי אַן אַלטערנאַטיװ פֿאַר זייער פֿאָדערונג צו באַזײַטיקן פֿון דער מאַכט דעם אָנפֿירנדיקן דרײַלינג פֿון דער מלחמה.
אַפֿילו פֿאַר דער דאָזיקער פּראָטעסט-באַװעגונג איז נישט געפֿונען געװאָרן קיין פּאָפּולערער מנהיג.
יעדע איינע פֿון די מלחמות אין ישׂראל האָט זיך אַרײַנגעשריבן אין דער געשיכטע מיט אַ נאָמען, װאָס האָט אָפּגעשפּיגלט איר עיקרדיקן כאַראַקטער. דאַקעגן, האָט מען שוין אויפֿגעהערט זיי צו באַצייכענען מיט אַ סעריאַלן נומער, װי מען פֿלעגט זיך נוהג זײַן פֿריִער, װי אַ צוגאָב צו איר נאָמען. מען ציילט שוין נישט מער. ציילן ציילט מען נאָר אירע קרבנות. און מיט אַ נומער װערט באַצײכנט נאָר די לעצטע פֿון זײ, װי די צװײטע לבֿנונישע מלחמה, װײַל זי האָט זיך אָנגעהויבן בײַ ענלעכע אומשטאַנדן.
אין די מערסטע פֿאַלן פֿלעגט אַ מלחמה זיך אָנהײבן װי "אַן אָפּעראַציע", אַ מיליטערישע אַקציע, װאָס פֿלעגט אין איר גאַנג זיך אויסברייטערן אין איר פֿאַרנעם און זיך פֿאַרװאַנדלען אין אַ ממשותדיקער מלחמה, מיט אַלע אירע אײגנשאַפֿטן, צוזאַמען מיט אירע שפּעטערדיקע אויסװירקונגען. דער בולטסטער מוסטער פֿון דעם איז געװען די "אָפּעראַציע שלום הגליל" — װאָס איז געװאָרן די לענגסטע פֿון אַלע ביז-איצטיקע מלחמות אין ישׂראל: זי האָט געדויערט גאַנצע אַכצן יאָר. אויך די איצטיקע, די צװײטע לבֿנונישע מלחמה, האָט פּרעטענדירט צו זײַן נישט מער װי אַ מיליטערישע אָפּעראַציע, װאָס איר ציל איז געװען צוריקצוקערן די פֿאַרכאַפּטע סאָלדאַטן און אָפּצושטעלן די אַטאַקעס פֿון די קאַטיושעס און ראַקעטעס אויף די ייִשובֿים אין גליל. זי האָט אָבער גלײַך פֿון ערשטן מאָמענט אָן אַרײַנגעצויגן אין דער אַקציע אַלע אָפּעראַטיװע פֿאָרמאַציעס פֿון צה"ל און האָט זיך פֿאַרװאַנדלט אין אַ מלחמה מיט אירע מאַסיװע שלאַכטן, מיט הרוגים, פֿאַרװוּנדעטע, מיט חורבֿות און פֿאַרװיסטונגען. מען האָט נישט געדאַרפֿט צו דעם קיין פּאָעטן, קײן ליטעראַטן און קיין מיליטערישע מומחים, כּדי דאָס פֿאָלק אַליין זאָל זי ספּאָנטאַניש באַקרוינען װי די צװײטע לבֿנונישע מלחמה.
אַזוי װי יענע, די ערשטע לבֿנונישע מלחמה — כאָטש אָן יענע פּלאַנירטע צוגרייטונגען פֿון אַ גאַנץ יאָר — האָט זי געזאָלט דינען װי אַן ענטפֿער אויף דעם טעראָר פֿון "כעזבאַלאַ", הינטער װעמען עס שטייען סיריע און איראַן, די נײַ אויפֿגעקומענע קאָנװענציאָנעלע און אַטאָמישע געפֿאַר, װאָס באַדראָט דעם ראַיאָן.
אויסער דעם מאָדעל און דעם "אַדרעס" פֿון דער ערשטער לבֿנונישער מלחמה, האָט אָבער די איצטיקע געהאַט נאָך אַ "גענעטישע" צי אַ "ביאָלאָגישע" געבורט-צײַגעניש, לויט װעלכער זי װערט אָפּגעשאַצט, און דאָס איז די יום-כּיפּור-מלחמה, צו װעלכער זי װערט לרובֿ פֿאַרגליכן, מחמת אירע דורכפֿאַלן און אויסװירקונגען. און אויך — מחמת איר אָרט אויף דעם ייִדישן לוח אין דער צײַט פֿון די ימים־נוראים, די טעג פֿון פּערזענלעכן און נאַציאָנאַלן חשבון־הנפֿש.
עס איז ביז גאָר מערקװערדיק די ענלעכקייט נישט נאָר פֿון די מיליטערישע סיטואַציעס און דעם פּסיכאָלאָגישן הינטערגרונט, אויף װעלכן עס האָבן זיך אָנגעגליט און אָנגעהיצט די סימפּטאָמען פֿון דעם היבריס, פֿון דער אַראָגאַנטישער פֿאַרריסנקייט און איבערגעטריבענער זעלבסטזיכערקייט, װאָס האָבן געשװעבט אין דער הערשנדיקער אַטמאָספֿער פֿון יענע טעג אין באַצוג צו די פֿײַנט, װאָס האָבן זיך פֿאַרמאָסטן קעגן דער מדינה. דעמאָלט איז אָבער די מלחמה אויסגעבראָכן אין סאַמען יום-כּיפּור און דער חשבון־הנפֿש האָט געזאָלט קומען נאָך אים. דאָס מאָל האָט דער סוף פֿון דער מלחמה איבערגעלאָזט די אַלע משמעותדיקע טעג פֿאַר דעם חשבון־הנפֿש און דערמעגלעכט דעם כּלל און יעדן יחיד אונטערצוציִען די געהעריקע סך-הכּלען פֿון די מעשׂים־טובים און מעשׂים־רעים, פֿון די דערגרײכונגען און פֿאַרפּאַסונגען, פֿון די אויפֿטוען און פֿון די דורכפֿאַלן.
דער דאָזיקער חשבון־הנפֿש איז שוין געװאָרן אַ טראַדיציאָנעלער ריטואַל נישט נאָר, װי עס איז אָנגענומען יעדעס יאָר — און אַפֿילו צװײ מאָל אַ יאָר — אין יום-העצמאות און אין די ימים־נוראים — נאָר אויך נאָך יעדער מלחמה, נאָך יעדן אַלאַרמירנדיקן סטאַטיסטישן באַריכט פֿון דעם "אינדעקס פֿון דער אָרעמקייט" און נאָך יעדן באַריכט פֿון דעם מדינה-קאָנטראָלער... אויף יעדן פֿאַל — אין דער, אַזוי גערופֿענער, געדרוקטער און עלעקטראָנישער קאָמוניקאַציע. און די מענטשן, די מדינה, די געזעלשאַפֿט און די באַרופֿענע פֿאַקטאָרן, האָבן זיך שוין צוגעװױנט צו װערן יעדעס מאָל דערשיטערט און נאָך עטלעכע טעג צוריק גלײַכגילטיק צו די "דערשיטערנדיקע אַנטפּלעקונגען" — און דאָס לעבן גייט זיך װײַטער זײַן גאַנג מיט די זעלבע נישט־אויסגעבעסערטע פֿעלערן און דורכפֿאַלן, װאָס חזרן זיך איבער פֿון איין אַלאַרם צום אַנדערן, פֿון איין מלחמה צו דער אַנדערער, װיפֿל מען זאָל זיך נישט שלאָגן "על חטא" און צוזאָגן זיך צו ענדערן; און װיפֿל מען זאָל נישט רעדן װעגן דער נויטװענדיקער ענדערונג.
עס איז קײן ספֿק נישט, אַז נאָך דעם װי די פּאַרטייען, די יוגנט-באַװעגונגען און דאָס דערציִונגס-װעזן האָבן, אין גײַסט פֿון דער גלאָבאַליזאַציע, זיך "באַפֿרײַט" פֿון זייערע אידעאָלאָגישע יסודות, האָט דער מנהיגים-קריזיס אָנגענומען אַ שאַרפֿערן באַטײַט און פֿאַרנעם, און האָט אין אַ היפּשער מאָס מיטגעװירקט צו דער דאָזיקער פּאַסיװקײט פֿון די פֿאָלקסמאַסן. זײ האָבן פּשוט פֿאַרלוירן זייער צוטרוי צו די זעלבסטבאַרופֿענע אָדער סתּם געװײלטע מנהיגים. דאָס האָט זיך קודם־כּל אויסגעדריקט אין דעם פּאַראַדאָקסאַלן אונטערשיד צװישן דעם פּרעצעדענטלאָזן נצחון — דעם גרעסטן אין דער געשיכטע פֿון דער מדינה — פֿון אריאל שרון אין די װאַלן מיט זעקס און אויך מיט דרײַ יאָר צוריק, און דער נידעריקסטער, אין דער געשיכטע פֿון דער מדינה, באַטײליקונג פֿון װײלער אין די לעצטע װאַלן צו דער כּנסת מיט אַ יאָר צוריק.
נאָכן דורכפֿאַל פֿון דער קאָמאַנדאָ-פּאָליטיק פֿון אהוד ברק, האָט דאָס פֿאָלק דערזען אין שרונען דעם אַנטשלאָסענעם, דעם דעציזיע- און עקזעקוטיװ-פֿעיִקן מנהיג, װאָס װעט שוין װיסן װאָס צו טאָן און װוּהין צו פֿירן די סטאַדע און ער איז איר נישט מחויבֿ קיין דין-וחשבון. כאָטש ביז זײַן באַרימטן אידעיִשן און פּראַגמאַטישן אָפּקערן זיך פֿון דער ארץ־ישׂראל השלמה און אויך אַ לאַנגע צײַט נאָך איר האָט ער פֿאַר קיינעם נישט אויפֿגעדעקט זײַנע פּלענער און כּװנות — האָט דאָס פֿאָלק גענומען אויף זיך די ראָלע פֿון דער סטאַדע, זיך פֿאַרלאָזט אויף אים, װײַל ער האָט באַפֿרײַט די סטאַדע פֿון די אידעיִשע און גײַסטיקע ראַנגלענישן. זיי האָבן געזען אין אים דעם טאַטן, װאָס װעט שוין טראַכטן אויך פֿאַר זײ.
נאָך דעם װי ער איז אַװעקגעפֿאַלן אין זײַן לעטאַרגישער אָנמאַכט, אין װעלכער ער געפֿינט זיך ביז הײַנט צו טאָג, איז צוזאַמען מיט אים אויך פֿאַרלוירן געגאַנגען זײַן גלאָריע. זײַן יורש, אהוד אָלמערט, האָט נאָר אַ קורצע צײַט נאָך גענאָסן פֿון שרונס װירטועלן פּאַטראָנאַזש, װעלכער האָט שוין אויפֿגעהערט צו װירקן נאָך דער אומגליקלעכער אינטערװענץ פֿון דער פּלוצעם אויסגעבראָכענער צװײטער לבֿנונישער מלחמה.
דער חודש תּשרי אויפֿן ייִדישן לוח, דער חודש וואָס הײבט זיך אָן ערנסט און ענדיקט זיך פֿריילעך — די טעג פֿון די ימים־נוראים, פֿון סליחה און תּשובֿה און, צום סוף שׂמחת־תּורה — זענען דאָס מאָל אויך געװאָרן טעג פֿון אַ געװיסן שטילשטאַנד אויפֿן פּאָליטישן יאַריד אין ישׂראל. אין דעם האָגל פֿון די על-חטאס, חשבון-הנפֿשס, פֿון אָפּשאַצונגען, חרטות און האָפֿענונגען, מיט װעלכע די היגע העברעיִשע פּרעסע האָט באַװאָרפֿן אירע לייענער אין די פֿילצאָליקע ערבֿ שבת- און ערבֿ יום־טובֿ-בײַלאַגעס, האָבן צוגעצויגן מײַן באַזונדערן אויפֿמערק צװײ כאַראַקטעריסטישע אַרטיקלען: איינער, װי אַ מין ווידוי, פֿון אַ יונגן (37־יאָריקן) אידעאַליסט, טל זילבערשטיין איז זײַן נאָמען. אַ מומחה אין הײַ-טעק, אין דער קאָמפּיוטער-טעכנאָלאָגיע. מיט 11 יאָר צוריק, באַלד נאָכן מאָרד פֿון יצחק ראַבין האָט ער געגרינדעט די שלום-באַװעגונג "דור שלום", אין 1999 זיך געשטעלט בראָש פֿון דעם װאַל-קאַמפּײן פֿון אהוד ברק, געװאָרן זײַן ספּעציעלער פּאָליטישער און סטראַטעגישער ראַטגעבער, געשאַפֿן די געזעלשאַפֿט GCS פֿאַר סטראַטעגישער קאָנסולטאַציע, צוזאַמען מיט נאָך דרײַ װעלט-פֿירנדיקע קאָנסולטאַנטן; האָט פֿרײַװיליק אַרויסגעהאָלפֿן די רעגירונגס-שעפֿן, פֿינאַנץ-מיניסטאָרן און פּאָליטיקער מיט זײַנע אַנאַליזן, פּראָגנאָזן און עצות.
אין רעזולטאַט פֿון זײַנע נאָענטע קאָנטאַקטן מיט מנהיגים, האָט ער זיך אַלײן דערשראָקן פֿאַר דעם הערשערישן סטאַטוס און פֿאַר דער אומגעהויערער מאַכט, װאָס זײַן סטאַטוס און זײַנע עצות שענקען אים און דעם מנהיג — אין זכות פֿון זײַנע עצות — צו באַשטימען דעם גורל פֿון אַנדערע מענטשן, צומאָל פֿון דער מדינה, פֿונעם פֿאָלק. ער האָט געזען װי דער דאָזיקער סטאַטוס, פֿון זײַן נאָענט צום רודער פֿון גורלס, װערט פֿאַרשקלאַפֿט צו אים װי צו אַ נאַרקאָטיק. ער האָט אויסגעפֿונען, אַז די מערסטע גרייטװיליקע מנהיגים, די װאָס שטרעבן צו זײַן אַ מנהיג, די װאָס טענהן, אַז זיי, "נאָר זיי, זענען פֿעיִק און מסוגל צו װירקן", צו רעגירן, צו באַשטימען און צו הערשן "פֿאַרן װױל און װױלשטאַנד פֿונעם פֿאָלק" — זײ װערן לרובֿ געשטויסן פֿון זייער פּערזענלעכן עגאָ. לויט אים, אַנטװיקלען די דאָזיקע מענטשן די אײַנרעדעניש, אַז אויף זיי ליגט די נאַציאָנאַלע אַחריות, און זיי װידמען זייער גאַנצן װעזן דער דאָזיקער זעלבסט-איבערצײַגונג. אין דער אמתן, זאָגט טל זילבערשטיין אין זײַן אינטערװיו, קאָן מען אויסטיילן אַ װעלכע 20 ביז 30 פּראָצענט פֿון די פֿירערשאַפֿט־מאָטיװן לטובֿת דעם קאָלעקטיװן אַחריות, און די איבעריקע 70-80 פּראָצענט געהערן צו דער פּערזענלעכער אייגנליבע, דעם עגאָ.
די דאָזיקע דערקענעניש, און די מורא צו װערן פֿאַרקויפֿט צו דעם עגאָ, האָט אים צוריקגעהאַלטן פֿון דעם װילן צו װערן אַ פּאָליטיקער, אַ מנהיג.
אַגב, טל זילבערשטיין דערצײלט אין זײַן "װידוי", אַז דער אַזאַרט-פֿלאַם אין די אויגן פֿון דעם אַמביציעזן מנהיג אהוד ברק האָט אים געשראָקן, ער זאָל זיך אין דעם נישט אָנשטעקן. דאָס זעלבע האָט ער געזען בײַ נתּניהו. דאַקעגן, האָט ער נאָר גוטס צו זאָגן װעגן דעם איצטיקן פּרעמיער אהוד אָלמערט, װעלכער װערט אַזוי שטאַרק אַטאַקירט. אין אים זעט ער אַ באַזעסענעם מנהיג, װאָס איז פֿרײַ פֿון דעם היבריס און פֿון דער אייגנליבע.
דער צװײטער פֿון די פֿילצאָליקע דורכגעקוקטע אַרטיקלען, װאָס האָט צוגעצויגן מײַן באַזונדערן אויפֿמערק, איז סעװער פּלאָצקער, דער עקאָנאָמישער רעדאַקטאָר פֿון "ידיעות אחרונות" — װעגן דער דעמערונג פֿון גײַסט אין דער מדינה.
דער מחבר, אינספּירירט פֿון דעם בוך פֿון פּראָפֿ' אַלען בלום א. נ. "דאָס פֿאַרשליסן דעם אַמעריקאַנער גײַסט" (דערשינען אין 1986 אין אַמעריקע), פּרובירט פֿאַרגלײַכן די דאָזיקע דערשײַנונג צו דעם װאָס עס געשעט אויפֿן גײַסטיקן פֿראָנט אין ישׂראל און װײַזט אָן, אַז אויב אין אַמעריקע איז די ירידה פֿון דער גײַסטיקייט אַ רעזולטאַט פֿון די עקאָנאָמיש-סאָציאַלע פּראָצעסן פֿון "פֿרײַען מאַרק" פֿון "נאָכפֿרעג און נאָכקום", איז זי בײַ אונדז אַ רעזולטאַט פֿון דער מלוכישער פּאָליטיק, װעלכע האָט פֿון יאָר צו יאָר, מיט יעדן נײַעם בודזשעט-געזעץ, אַכזריותדיק געשניטן די בודזשעטן פֿאַר בילדונג און קולטור; באַזונדערס, די בודזשעטן צו שטיצן די אַקאַדעמישע לימודים, און אין זיי, גאָר ספּעציעל, די שטיצע פֿאַר די פֿאַקולטעטן פֿון הומאַניסטישע לימודים.
אויך די פּריװאַטע פֿונדאַציעס און פֿאָנדן זענען, צום מערסטן, געריכטעט לטובֿת די טעכנאָלאָגישע לימודים — הגם נישט אין קיין באַלאַנסירטער פֿאָרעם, אָבער, דער עיקר, פֿאַר די אינטערעסן פֿון די מאַטעריעלע באַדערפֿענישן, װאָס פֿאַר זיי קומען אויך אויף אַלץ נײַע אַקאַדעמישע און האַלב-אַקאַדעמישע אינסטיטוטן. אויך דער הײַ-טעק, מיט װעלכן ישׂראל גרויסט זיך, און מיט רעכט, װערט סטימולירט אויפֿן חשבון פֿון דער הומאַנער גײַסטיקייט, װאָס באַהויכט אַלץ װײניקער און װײניקער דאָס לעבן אין דער מדינה.
די ירידה פֿון דער גײַסטיקייט װירקט אויך אין אַ גרויסער מאָס אויף דעם מנהיגים-סינדראָם, װעלכער דערװײַטערט זיך פֿון איר אלץ מער און מער.
תּל-אָבֿיבֿ, 3טער אָקטאָבער 2006