אַמעריקע
די פּאָליציי באַוואַכט דעם "ריווערדייל דזשויִש סענטער", אין בראָנקס, נ״י, פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק
די פּאָליציי באַוואַכט דעם "ריווערדייל דזשויִש סענטער", אין בראָנקס, נ״י, פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק
Getty Images

צוויי שילן אין ריווערדייל — אַ פֿאַרמעגלעכע ייִדישע געגנט אינעם צפֿון־מערבֿדיקן טייל פֿון בראָנקס, ניו־יאָרק — זענען פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך געווען די צילן פֿון אַ טעראָריסטישן אַטאַק, וואָס די פּאָליציי האָט צונישט געמאַכט דורכן "פֿאַרקויפֿן" די טעראָריסטן פֿאַלשע אויפֿרײַס־אַפּאַראַטן.

די פֿיר מענער — דזשיימס קראָמיטי, דייוויד וויליאַמס, אָנטאַ וויליאַמס און לאַ׳גער פּייען — האָבן אויך געהאַט בדעה אַראָפּצושיסן עראָפּלאַנען פֿונעם אַמעריקאַנער מיליטער. אַלע פֿיר זענען אַפֿראָ־אַמעריקאַנער, וועלכע האָבן אין תּפֿיסה אָנגענומען דעם מוסולמענישן גלויבן, און וווינען הײַנט אין דער שטאָט ניובורג, 60 מײַל צפֿון פֿון ניו־יאָרק.

איינע פֿון די שילן, דער "ריווערדייל דזשויִש סענטער", איז צווישן די גרעסטע אָרטאָדאָקסישע סינאַגאָגעס אין לאַנד, און האָט אויך אַ ממשותדיקן פּראָצענט ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה. די צווייטע, דער "ריווערדייל־טעמפּל, איז אַ רעפֿאָרם־סינאַגאָגע.

לויט אַ פּרעסע־קאָמוניקאַט פֿונעם אַמעריקאַנער הויפּט־פּראָקוראָר, האָט אַן אינפֿאָרמאַנט, וועלכער האָט מיטגעאַרבעט מיט דער "עף־בי־אײַ", מיט עטלעכע וואָכן צוריק, "פֿאַרקויפֿט" די פֿיר מענער אַ פֿאַלשן אַנטי־ראַקעטן־וואַרפֿער און אויפֿרײַס־מאַטעריאַל. די מענער האָבן מיטוואָך אויף דער נאַכט אונטערגעלייגט צוויי פֿון די כּלומרשטיקע באָמבעס אין אַן אויטאָ לעבן דעם "ריווערדייל דזשויִש סענטער", און אַ דריטע — אין אַן אויטאָ לעבן דעם "ריווערדייל טעמפּל", וואָס געפֿינט זיך עטלעכע גאַסן אַוועק.

אָבער איידער די מענער זענען אַנטלאָפֿן מיט זייער אויטאָ, איז די פּאָליציי אָנגעפֿאָרן מיט אַ ריזיקן משׂא־אויטאָ, זיי בלאָקירט דעם וועג, און זיי אַרעסטירט. אַלע פֿיר זענען געווען אומבאַוואָפֿנט.

הרבֿ שמואל היין, דער גײַסטיקער פֿירער פֿונעם "יאָנג איזרעאַל אוהבֿ־צדק", אַ שיל אין צפֿון־ריווערדייל, בערך 1/2־1 מײַל פֿון די געצילטע סינאַגאָגעס, האָט איבערגעגעבן דעם "פֿאָרווערטס", אַז מיטוואָך אין אָוונט, האָבן די דעטעקטיוון פֿונעם 50סטן פּריצינקט גערופֿן אַ גיכע פּריוואַטע זיצונג אינעם "ריווערדייל דזשויִש סענטער" מיט אַלע אָרטיקע רבנים און פּאָליטישע פֿיגורן, כּדי זיי איבערצוגעבן וואָס ס׳איז געשען, איידער די פּרעסע דערוויסט זיך. לכתּחילה איז אָבער נישט געווען קלאָר, וועגן וועלכע שילן עס רעדט זיך.

"מיר זענען געווען זיכער, אַז ער רעדט וועגן אַבֿי ווײַסעס שיל," האָט הרבֿ היין געזאָגט. הרבֿ ווײַס, דער גײַסטיקער פֿירער פֿון דעם "היברו־אינסטיטוט פֿון ריווערדייל", איז שוין יאָרן לאַנג אַ קאָנטראָווערסאַלער אַקטיוויסט, וועלכער פֿירט אָן מיט מאַניפֿעסטאַציעס אויף אַ צאָל פֿראָנטן: קעגן דער פּאַלעסטינער אויטאָריטעט און טעראָריזם; לטובֿת דער באַגנעדיקונג פֿונעם שפּיאָן דזשאָנאַטאָן פּאָלאַרד; מיט פּראָטעסטן פֿאַר דער באַשיצונג פֿון די חורבן־דענקמאָלן אין אייראָפּע, און די ייִדישע ייִשובֿים אויף די שטחים.

"ווען מיר האָבן זיך דערוווּסט, אַז עס רעדט זיך גאָר וועגן דעם ׳ריווערדייל דזשויִש סענטער׳, זענען מיר געבליבן אָן לשון. די שיל האָט דאָך קיין מאָל נישט געקראָגן קיין שום באָמבע־דראָונג."

עוואַ מאַרדער, אַ ייִדיש־רעדנדיקע מיטגלידערין פֿונעם "ריווערדייל דזשויִש סענטער" האָט דערציילט דעם "פֿאָרווערטס", אַז מיטוואָך אין אָוונט, בעת זי האָט געקוקט טעלעוויזיע, איז איר זון פּלוצלינג אַרײַנגעלאָפֿן און איר געהייסן בײַטן די סטאַנציע צו הערן די נײַעס. "כ׳האָב נישט געקענט גלייבן וואָס איך הער," האָט זי באַמערקט. "ס׳האָט זיך געדאַכט, ס׳איז ווידער ווי אינעם קריג, ווידער 9/11. אַ סך מענטשן וואָלטן דערהרגעט געוואָרן, ווען די באָמבעס וואָלטן אויפֿגעריסן, ווײַל לעבן דער שיל שטייען אַזוי פֿיל הײַזער פֿול מיט מענטשן."

בערך 11:30 יענעם אָוונט האָט דער רבֿ פֿונעם "ריווערדייל דזשויִש סענטער", ר׳ דזשאָנאַטאָן ראָזענבלאַט, אַרויסגעשיקט אַ טעלעפֿאָנישן אָנזאָג צו אַלע מיטגלידער, מעלדנדיק: "איר קענט אַלע שלאָפֿן רויִק, מע האָט געכאַפּט די מענטשן." דערבײַ האָט ער געהייסן אַלעמען קומען שבת צום הויפּט־בית־מדרש פֿאַר אַ ספּעציעלער פֿאַרזאַמלונג, "אַפֿילו אויב איר דאַוונט געוויינטלעך אין אַן אַנדער מנין." (די שיל איז אַזוי גרויס, אַז עס קומען פֿאָר עטלעכע באַזונדערע מנינים אינעם זעלבן בנין.)

בײַ דער פֿאַרזאַמלונג שבת אין דער פֿרי, פֿאַרן געפּאַקטן בית־מדרש, האָט ער פּרטימדיק דערציילט וועגן די געשעענישן פֿון דער וואָך, און געלויבט די פּאָליציי און די "עף־בי־אײַ" פֿאַר זייער אַרבעט. צום סוף, האָבן אַלע בציבור געבענטשט גומל.

די גײַסטיקע פֿירער פֿון די אַנדערע ריווערדייל־שילן האָבן אויך גערעדט וועגן דער געשעעניש בעת זייערע שבתדיקע דרשות. הרבֿ ווײַס, פֿון דעם "היברו אינסטיטוט", למשל, האָט דערקלערט: "ווי אַ קהילה, דאַרפֿן מיר אַרויסווײַזן אַ האַרציקן דאַנק די פּאָליציי־אינסטאַנצן, אָבער אויך תּמיד געדענקען די וויכטיקייט פֿון זײַן פֿאַראייניקט און אויף דער וואַך."

דער קאָמיסיאָנער פֿון דער ניו־יאָרקער פּאָליציי, ריימאָנד קעלי, האָט בעת אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ אינעם "ריווערדייל דזשויִש סענטער" דעם טאָג נאָכן אַרעסט, דערקלערט, אַז די מענער זענען נישט געווען פֿאַרבונדן מיט קיין שום טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציעס. "מיר ווייסן, אַז זיי זענען געווען אויפֿגעבראַכט וועגן דער סיטואַציע אין אַפֿגאַניסטאַן און פּאַקיסטאַן, וועגן דעם אַז די מוסולמענער ווערן דערהרגעט. זיי האָבן געזאָגט, אַז אויב ייִדן וועלן דערהרגעט ווערן אין דעם אַטאַק, וועט זײַן גוט." פֿון דעסטוועגן, האָט ער צוגעגעבן, זענען די מענער געווען בלויז "קליין־קרימינאַלן", וועלכע זענען פֿריִער אַרעסטירט געוואָרן צוליב אַ ריי קליינע פֿאַרברעכנס.

אַ צאָל עקספּערטן זאָגן אָבער, אַז דער פֿאַקט וואָס די מענער זענען נישט פֿאַרבונדן מיט "אַל־קײַדאַ" אָדער אַן אַנדערע טעראָריסטישער אָרגאַניזאַציע, מיינט נישט, אַז זיי זענען ווייניקער געפֿערלעך. "די גרופּעס וועלכע זענען נישט פֿאַרבונדן מיט אַ גרויסער אינטערנאַציאָנאַלער אָרגאַניזאַציע זענען פּונקט אַזוי געפֿערלעך ווי ׳אַל־קײַדאַ׳, ווײַל צוליב דעם וואָס זיי זענען נישט באַקאַנט, קאָנען זיי גרינג אויסמײַדן די אויסשפּיר־נעץ," האָט סטיוו פּאָמעראַנץ, דער געוועזענער דירעקטאָר פֿון קאָנטער־טעראָריזם בײַ דער "עף־בי־אײַ", דערקלערט בעת אַן אינטערוויו מיט דער ייִט״אַ.

"ס׳איז קלאָר, אַז די טעראָריסטן האָבן זיך נישט אַרײַנגעטראַכט, וועלכע שיל צו אַטאַקירן," האָט הרבֿ היין געזאָגט. "ס׳איז זיי נישט אָנגעגאַנגען ווער דער רבֿ איז, צי די שיל איז אַן אָרטאָדאָקסישע, צי אַ ליבעראַלע, אָדער וואָס זענען אירע פּאָליטישע שטעלונגען. דערפֿאַר איז עס אַזוי שרעקעדיק — ווײַל ס׳איז אַלץ אַזוי צופֿעליק."