אַמעריקע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער (ניו־יאָרק)

פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט דאָס העכסטע געריכט פֿונעם שטאַט ניו־דזשערזי באַהאַנדלט דעם זעלבן ענין, וואָס ווערמאָנט האָט געטאָן אינעם יאָר 1999, און מאַסאַטשוסעטס — אין 2003: צי מע זאָל געבן האָמאָסעקסועלע פּאָרפֿעלקער די זעלבע רעכט ווי געוויינטלעכע חתונה־געהאַטע פּאָרפֿעלקער; למשל, צי איינער מעג ירשענען דעם פֿאַרמעגן פֿונעם צווייטן (אין פֿאַלן ווען מע האָט נישט אָנגעשריבן קיין צוואה), און צי די געזונט־פֿאַרזיכערונג פֿון אַ מלוכה־אָנגעשטעלטן קאָן אויך דעקן זײַן פּאַרטנער.

ס׳רובֿ פֿון די ריכטער אינעם ניו־דזשערזי געריכט האָבן געפּסקנט, פֿון איין זײַט, אַז ס׳איז "אומדערטראָגלעך" און "קעגן דער קאָנסטיטוציע" אַוועקצונעמען די גלײַכע לעגאַלע רעכט פֿון פּאָרפֿעלקער פֿונעם זעלבן מין. פֿון דער צווייטער זײַט, אָבער, האָט דאָס געריכט נישט באַשטימט, צי די האָמאָסעקסועלע פּאָרפֿעלקער האָבן טאַקע אַ רעכט חתונה צו האָבן. אַנשטאָט דעם, האָבן די ריכטער איבערגעגעבן דעם באַשלוס אין די הענט פֿון די דעמאָקראַטיש־דערוויילטע געזעצגעבער, זאָגנדיק, אַז זיי מוזן במשך פֿון די קומענדיקע 180 טעג באַשליסן, צי מע זאָל טאַקע לעגאַליזירן האָמאָסעקסועלע חתונות, אָדער אײַנפֿירן בלויז ציווילע פּאַרטנערשאַפֿטן, וואָס נעמען סײַ ווי אַרײַן אַלע רעכט און באַשיצונגען פֿון אַ חתונה־געהאַטן לעבן.

אַ טייל פֿון די אַקטיוויסטן פֿאַר האָמאָסעקסועלער גלײַכקייט האָבן באַצייכנט דעם פּסק ווי אַ נצחון, און אַנדערע — ווי אַן אַנטוישונג. דאָס איז זייער אַנדערש ווי מיט זעקס יאָר צוריק, ווען דאָס העכסטע געריכט אין ווערמאָנט האָט באַשטימט אייגנטלעך די זעלבע זאַך ווי ניו־דזשערזי, און דעמאָלט האָבן כּמעט אַלע אַקטיוויסטן פֿאַר האָמאָסעקסועלע רעכט געלויבט דעם פּסק.

פֿאַר וואָס איז די לויב דאָס מאָל נישט געווען איינשטימיק? ווײַל אין דער צײַט צווישן די באַשלוסן אין ווערמאָנט אין 1999 און אין ניו־דזשערזי אין 2006, האָט זיך די שטימונג שטאַרק געביטן, בפֿרט נאָך 2003, ווען דאָס העכסטע געריכט אין מאַסאַטשוסעטס האָט גענומען אַ מער ראַדיקאַלע שטעלונג, זאָנגדיק, אַז אויב מע פֿירט נישט אײַן קיין האָמאָסעקסועלע חתונות, וועלן די פּאָרפֿעלקער קיין מאָל נישט האָבן קיין גלײַכע רעכט; אין אַנדערע ווערטער, "אָדער גאָר, אָדער גאָרנישט".

דער זשורנאַל "טײַם" (Time), למשל, האָט פֿאַרגאַנגענע וואָך אָפּגעדרוקט אַ שאַרפֿע קריטיק קעגן דעם ניו־דזשערזי פּסק, פֿאַרגלײַכנדיק עס מיטן קאַמף פֿאַר גלײַכע רעכט פֿאַר די שוואַרצע: "ס׳איז ווי מע וואָלט געזאָגט: ס׳מאַכט נישט אויס אויב די באַן האָט באַזונדערע וואַגאָנען פֿאַר די שוואַרצע, אַזוי לאַנג ווי די ׳שוואַרצע׳ וואַגאָנען זענען פּונקט אַזוי שיין ווי די ׳ווײַסע׳."

דער מחבר פֿון דעם "טײַם"־אַרטיקל, דזשאַן קלאַוד, ציטירט דאָס ניו־דזשערזי געריכט, וואָס האָט דערקלערט: "מיר דאַרפֿן אַכטונג געבן נישט אַרויפֿצוצווינגען אונדזערע פּערזענלעכע ווערטן אויף אַכט־און־אַ־האַלב מיליאָן מענטשן, ווײַל דער ריכטיקער מיטל דורכצופֿירן געזעלשאַפֿטלעכע ענדערונגען איז דורכן דעמאָקראַטישן פּראָצעס," נישט דורכן געריכט.

קלאַוד זאָגט, אַז ער פֿאַרשטייט אַליין די סכּנה פֿון אַרויפֿצווינגען אַזאַ מיינונג אויפֿן ברייטן עולם, און איז מסכּים מיט אַן אַרטיקל דעם פֿאַרגאַנגענעם יולי, אינעם זשורנאַל "ניו־יאָרק" (New York Magazine), וואָס האָט געטענהט, אַז ווען געריכטן מאַכן געוויסע באַשלוסן איידער דער ברייטער עולם איז גרייט אויף דעם, קען עס שאַפֿן נאָך גרעסערע צרות, פּונקט אַזוי ווי ס׳איז געשען אינעם פֿאַל פֿון "ראָו קעגן ווייד" — דער פּראָצעס וואָס האָט לעגאַליזירט אַבאָרטן. יענער פּסק האָט אַזוי אויפֿגעבראַכט די קעמפֿער קעגן אַבאָרטן, אַז זייער באַוועגונג איז דווקא שטאַרקער געוואָרן.

קלאַוד טענהט, אָבער, אַז זינט דאָס געריכט אין מאַסאַטשוסעטס האָט באַשטימט, אַז האָמאָסעקסואַליסטן מעגן חתונה האָבן, איז די שטיצע פֿאַר אַזוינע חתונות דווקא גרעסער געוואָרן, "און דער עיקר — טויזנטער האָמאָסעקסועלע פּאָרפֿעלקער האָבן געקאָנט געניסן פֿון אַלע רעכט און בענעפֿיטן וואָס עס קומט זיי."

פֿאַראַכטאָגן פֿרײַטיק האָט "יו-עס-איי טודיי" (USA Today) געשריבן, אַז דער פּסק אין ניו־דזשערזי שטעלט מיט זיך פֿאָר דווקא אַ שׂכלדיקן באַלאַנס צווישן די צוויי עקסטרעמען, ווײַל ער נעמט אין באַטראַכט די מיינונג פֿונעם ברייטן עולם. "אַ דאַנק דעם פּסק, האָט דאָס ניו־דזשערזי געריכט טאַקע אָפּגעשאַפֿן די דיסקרימינאַציע קעגן די האָמאָסעקסואַליסטן און אײַנגעפֿירט פֿאַר זיי לעגאַלע רעכט. אָבער גלײַכצײַטיק האָט ער אָנערקענט, אַז דאָס וואָרט ׳חתונה׳ האָט טיפֿע קולטורעלע און רעליגיעזע וואָרצלען, און דערפֿאַר איז בעסער אַז די דעמאָקראַטיש דערוויילטע קאָנגרעסלײַט — און נישט די ריכטער — זאָלן עס באַשליסן.

"אַזאַ פּשרה באַשיצט די גרונטרעכט פֿון די האָמאָסעקסועלע פּאָרלעך, אָבער צווינגט נישט דעם באַגריף פֿון האָמאָסעקסועלע חתונות, אויף אַ לאַנד וואָס איז בכלל נישט גרייט דערויף."