די רעזיגנאַציע פֿונעם רעפּובליקאַנער פֿלאָרידער קאָנגרעסמאַן מאַרק פֿאָולי, צוליב זײַנע סעקסועל־אָנגעלאָדענע בליצבריוולעך צו עטלעכע שיק־ייִנגלעך אינעם "רעפּרעזענטאַנטן־הויז", האָט גורם געווען אַן איבערקערעניש אינעם רעפּובליקאַנער־דאָמינירטן "הויז", בפֿרט אין אָט די לעצטע וואָכן פֿאַר די וואַלן.
דער אמתער סקאַנדאַל, האָט פֿאַראַכטאָגן דינסטיק געשריבן די "קריסטשען סײַענס מאָניטאָר" (Christian Science Monitor), איז וואָס די נײַעס איז אַנטפּלעקט געוואָרן נישט דורכן קאָנגרעס, נאָר דורך דער מעדיאַ, "און דאָס באַווײַזט אונדז ווידער, ווי אומפֿעיִק איז דער קאָנגרעס צו זײַן אַ פּאָליציאַנט איבער זיך."
ווען ס׳איז אַנטפּלעקט געוואָרן מיט עטלעכע חדשים צוריק, אַז פֿאָולי האָט אין 2005 געשיקט אַ "צו־פֿרײַנדלעכן" בליצבריוו צו אַ 16־יאָריקן שיק־ייִנגל, האָבן די רעפּובליקאַנער באַהאַנדלט דעם בחורס טענה בשתּיקה. דער רעפּובליקאַנער וואָס פֿירט אָן מיט דער "שיק־ייִנגל־פּראָגראַם", אין איינעם מיט אַ צווייטן רעפּובליקאַנער פֿירער, האָבן בלויז געהייסן פֿאָולי אָפּשטעלן די קאָרעספּאָנדענץ, אָבער זיי האָבן גאָרנישט דערציילט די אַנדערע פֿאַרוואַלטער פֿון דער "שיק־ייִנגל־פּראָגראַם" (אַ פֿאַרוואַלטונג וואָס באַשטייט פֿון רעפּובליקאַנער און דעמאָקראַטן), און אויך נישט מיטגעטיילט דעם עטיק־קאָמיטעט פֿונעם קאָנגרעס. "נאָך מער שאָקירנדיק — שרײַבט די ׳מאָניטאָר׳ — איז וואָס מע האָט ווײַטער דערלויבט פֿאָולי אָנצוהאַלטן זײַן פּאָזיציע ווי אַ מיט־פֿאָרזיצער פֿון דער ׳קאָנגרעס־פֿראַקציע צו העלפֿן פֿעלנדיקע און עקספּלואַטירטע קינדער׳."
די "מאָניטאָר" הייבט אַרויס אַן אַנדער פֿאַל פֿון נישט־עטישן אויפֿפֿיר הײַיאָר, וווּ דער קאָנגרעס האָט נישט באַוויזן אויסצוּוואָרצלען די פּראָבלעם. אין יאַנואַר האָט דער מעגאַ־לאָביסט דזשעק אַבראָמאָף זיך מודה געווען אין קאָרופּציע אויף "קאַפּיטאָל היל"; סײַ דער סענאַט, סײַ דאָס רעפּרעזענטאַנטן־הויז האָבן געשריגן געוואַלד, און צוגעזאָגט ערנסטע רעפֿאָרמען; זיי האָבן צונויפֿגעשטעלט צוויי געזעץ־פּראָיעקטן, און לסוף — איז דערפֿון גאָרנישט געוואָרן.
"די עגאָיִסטישע כאַבאַר־באַפֿלעקטע באַציִונגען צווישן די לאָביסטן און געזעץ־געבער איז געווען אַ בראָך אינעם צוטרוי צווישן די וויילער און זייערע פֿאָרשטייער," שרײַבט די "מאָניטאָר". "אַ פּנים, איז פֿאַר די קאָנגרעסלײַט וויכטיקער אָנצוהאַלטן די מאַכט, ווי צו באַשיצן די אינטערעסן פֿון אַלע אַנדערע אַמעריקאַנער."
די רעפּובליקאַנער פֿירער פֿונעם רעפּרעזענטאַנטן־הויז, מיטן ספּיקער דעניס האַסטערט (פֿון אילינוי) בראש, זאָגן, אַז זיי האָבן גאָרנישט געוווּסט וועגן פֿאָוליס סעקסועלער קאָמוניקאַציע מיט די געוועזענע שיק־ייִנגלעך ביז מיט אַ וואָך צוריק. פֿאַראַכטאָגן זונטיק, נאָך אַ ווענדונג פֿון האַסטערט אַליין, האָט די "עף־בי־אײַ" טאַקע אָנגעהויבן אַן אויספֿאָרשונג. "אַ פּנים, האָט האַסטערט, סוף־כּל־סוף, זיך דערוווּסט, דאָס וואָס ס׳איז שוין קלאָר פֿאַר אַלע אַמעריקאַנער: אַז דער קאָנגרעס איז פּשוט נישט מסוגל זיך אַליין צו קאָנטראָלירן," שרײַבט די "מאָניטאָר".
האַואַרד פֿײַנמאַן, אַ פּאָליטישער קאָלומניסט בײַ "ניוסוויק", שרײַבט, אַז דער סקאַנדאַל פּרעזענטירט אַ גאָלדענע געלעגנהייט פֿאַר די דעמאָקראַטן צו געווינען די קאָנגרעס־וואַלן אין נאָוועמבער. "די איראַקער מלחמה, וואָס האָט אונדז אָפּגעקאָסט ביז אַהער כּמעט אַ האַלבן טריליאָן דאָלאַר — האָט עס נישט באַוויזן צו טאָן; די פֿעדעראַלע הוצאָות וואָס האָבן געבראַכט דעם נאַציאָנאַלן חובֿ צו 8.5 טריליאָן דאָלאַר — האָט עס נישט באַוויזן; דזשאָרדזש בושס פֿאַלנדיקע פּאָפּולאַריטעט, די פֿינאַנציעלע און לאַבי־קאָרופּציע בײַ די רעפּובליקאַנער קאָנגרעסלײַט — זעט אויס, אַז קיין איינער פֿון די ענינים איז נישט מסוגל אָפּצושטעלן די 12־יאָריקע רעפּובליקאַנער הערשאַפֿט אינעם קאָנגרעס.
"אָבער איצט איז געקומען דער פֿאָולי־סקאַנדאַל," שרײַבט פֿײַנמאַן. "און אויב די דעמאָקראַטן וועלן איצט אויך נישט קאָנען איבערנעמען דעם קאָנגרעס, זענען זיי שוין טאַקע ׳אויס קאַפּעליוש מאַכער׳."
פֿײַנמאַן שרײַבט, אַז "אין וואַשינגטאָן הערן מיר אַלץ, נאָר מיר זעען גאָרנישט. די אַמעריקאַנער משפּחות גייט נישט אָן די אַלע אויספֿאָרשונגען וועגן ווער האָט געוווּסט וואָס און ווען. בעת וואַשינגטאָן זאָרגט זיך, צי דעניס האַסטערט וועט קענען בלײַבן דער ספּיקער (ער הענגט שוין אויף אַ האָר), איז די אמתע וועלט פֿאַראינטערעסירט אין דער זיכערהייט פֿון זייערע קינדער, און אין דעם פֿאַל — אין די 16־יאָריקע שיק־ייִנגלעך."
איז מעגלעך, אַז אַפֿילו אַזאַ סקאַנדאַל וועט נישט העלפֿן די דעמאָקראַטן? פֿרעגט פֿײַנמאַן, און ענטפֿערט אַליין, אַז יאָ. פֿאַר וואָס? צום טייל, איז עס ווײַל די דעמאָקראַטן האָבן נישט דאָס געלט אָדער די עפֿעקטיווע פּאָליטישע סיסטעם פֿון די רעפּובליקאַנער; אָבער צום טייל, זאָגט ער, איז עס אויך זייער "מעסעדזש", און ער גיט עטלעכע בײַשפּילן. די דעמאָקראַטישע סענאַטאָרן האָבן געהאַט פּראָטעסטירט קעגן דעם "מעקסיקאַנער פּלויט", אָבער דערנאָך האָט מער ווי אַ העלפֿט פֿון זיי געשטימט פֿאַר דעם. זיי האָבן געטענהט, אַז די מלחמה אין איראַק איז אַ טעות, אָבער דערנאָך אָפּגעשטימט צו געבן נאָך 70 ביליאָן דאָלאַר אויף דעם. זיי האָבן זיך אַנטקעגנגעשטעלט דעם געזעץ־פּראָיעקט וועגן פּײַניקונג, אָבער נישט געפּרוּווט עס אָפּצושטעלן אינעם סענאַט.
פֿײַנמאַן פֿאַרענדיקט זײַן אַרטיקל מיט אַ וואָרענונג צו די דעמאָקראַטישע קאָנגרעסלײַט: "אויב די דעמאָקראַטן וועלן טאַקע יאָ איבערנעמען דעם קאָנגרעס צוליב דעם פֿאָולי־סקאַנדאַל, וועלן זיי מוזן דערקלערן פּינקטלעך, וואָס זיי רעפּרעזענטירן, און נישט בלויז קעגן וואָס זיי זענען."