פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק האָט דער קאָנגרעס אָנגענומען דעם געזעץ־פּראָיעקט, וואָס פֿאַראָרדנט צו גרינדן אַ ספּעציעלע מיליטערישע געריכט־סיסטעם צו מישפּטן די פֿאַרדעכטיקטע טעראָריסטן. הגם די באַשולדיקטע וועלן דורך דעם נײַעם געריכט קריגן מער לעגאַלע רעכט ווי זיי האָבן געהאַט אונטער דער ביז־איצטיקער סיסטעם פֿון דער בוש־אַדמיניסטראַציע, וועלן זיי נישט קריגן אַלע רעכט, וואָס עס באַקומען די אַרעסטאַנטן אין אַ ציווילן אָדער מיליטערישן געריכט; ווי, למשל, דאָס רעכט פֿון "האַבעאַס קאָרפּוס" (דאָס הייסט, אָנגעבן אַן אָנקלאָג אין געריכט וועגן זייער אַרעסט).
דער געזעץ־פּראָיעקט באַשרײַבט אויך, ווי אַזוי די "סי־אײַ־איי" (צענטראַלער אויסשפּיר־דינסט) וועט מעגן אַרויסבאַקומען אינפֿאָרמאַציע בײַ די אַרעסטאַנטן, און ער רעכנט אויס פּרטימדיק וואָס מיינט — לויט דער זשענעווער קאָנווענץ — אַ מלחמה־פֿאַרברעכן ווי, למשל, פּײַניקונג, פֿאַרגוואַלדיקונג און ביאָלאָגישע עקספּערימענטן. די לעגיסלאַציע וועט אויך געבן דעם פּרעזידענט די פֿרײַהייט צו באַשליסן, וועלכע צוואַנג־מיטלען די אַמעריקאַנער אויספֿאָרשער מעגן ניצן על־פּי־געזעץ. דער ציל פֿון די אַלע כּללים איז צו באַשיצן די "סי־אײַ־איי"־אויספֿאָרשער פֿון ווערן שפּעטער געמישפּט פֿאַר מלחמה־פֿאַרברעכנס.
דאָס "ווײַסע הויז" איז דווקא געווען שטאַרק אומצופֿרידן פֿון דעם געזעץ־פּראָיעקט, ווײַל די בוש־אַדמיניסטראַציע האָט געהאַלטן, אַז דאָס געבן די פֿאַרדעכטיקטע טעראָריסטן מער רעכט, וועט אין לעצטן סך־הכּל שאַטן דער נאַציאָנאַלער זיכערהייט. צום סוף, האָט די אַדמיניסטראַציע באַשלאָסן אויסצואַרבעטן אַ פּשרה מיטן סענאַט, ווײַל קיין אַנדער ברירה האָט זי נישט געהאַט: די סענאַטאָרן וואָס האָבן אָנגעפֿירט מיט אָט דעם געזעץ־פּראָיעקט זענען טאַקע געווען פֿון בושס אייגענער פּאַרטיי. די דרײַ רעפּובליקאַנער סענאַטאָרן — דזשאַן מאַק׳קיין (אַריזאָנע), לינדזי גרייעם (דרום־קאַראָלײַנע) און דזשאַן וואָרנער (ווירדזשיניע) — האָבן געטענהט, אַז דער אופֿן ווי אַזוי די "סי־אײַ־איי" באַהאַנדלט די פֿאַרדעכטיקטע טעראָריסטן, וועט נישט קענען ווײַטער אָנגיין, סײַדן דער קאָנגרעס וועט אָננעמען אַ געזעץ, וואָס קלערט אויף וואָס עס מיינט דער פֿאַרווער צו "פֿאַרשעמען און דערנידעריקן" די אַרעסטאַנטן.
לויט אַן אַרטיקל אין "ניוסוויק" פֿאַרגאַנגענע וואָך, איז דער ציל פֿון די דרײַ סענאַטאָרן נישט געווען אָפּצושטעלן אין גאַנצן די שטרענגע פֿאַרהער־מיטלען מצד דער "סי־אײַ־איי". זיי האָבן בלויז באַטאָנט, אַז איין טעכניק, וואָס איז ביז איצט באַניצט געוואָרן, כּדי אַרויסצובאַקומען אינפֿאָרמאַצאַציע איז "בלי־ספֿק, אומלעגאַל." דער מיטל הייסט waterboarding, אויך באַקאַנט מיטן אייפֿעמיזם, "די וואַסער־רפֿואה".
ווי די מעדיאַ גיט עס איבער, איז די פּראָצעדור אַזאַ: דער אַרעסטאַנט ווערט צוגעבונדן צו אַ ברעט, וווּ זײַן קאָפּ איז נידעריקער ווי זײַנע פֿיס. מע פֿאַרבינדט אים דאָס פּנים, און מע באַגיסט דאָס פּנים מיט וואַסער. דעם אַרעסטאַנט ווערט זייער שווער צו אָטעמען, און עס הייבט זיך אים אָן דאַכטן, אַז ער ווערט דערטרונקען. געוויינטלעך, איז דער שרעק אַזוי גרויס, אַז דער אַרעסטאַנט איז שוין גרייט, אין ווייניקער ווי אַ האַלבער מינוט, אויסצוזאָגן די אינפֿאָרמאַציע, וואָס ער ווייסט.
אינעם אָפּמאַך וואָס דאָס "ווײַסע הויז" האָט דערגרייכט מיט די דרײַ סענאַטאָרן, האָט מען אַרײַנגעשטעלט דעם כּלל, אַז "מע טאָר נישט ברענגען קיין ערנסטן, פּערמאַנענטן פּסיכאָלאָגישן היזק דעם אַרעסטאַנט, אַפֿילו אויב די אַקציע דויערט בלויז אַ קורצע צײַט". דורך אָט דער דעפֿיניציע, ווערט די "וואַסער־רפֿואה" במילא פֿאַרווערט. דער פֿאַרשטאַנד איז, אַז די "סי־אײַ־איי"־אַגענטן וועלן אָבער יאָ מעגן דורכפֿירן אַנדערע צוואַנג־מיטלען, ווי, למשל, אויסשטעלן די אַרעסטאַנטן צו עקסטרעמע טעמפּעראַטורן אָדער זיי נישט לאָזן אַנטשלאָפֿן ווערן.
די "ניו־יאָרק טײַמס" האָט פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק אָנגעשריבן אַ שאַרפֿע קריטיק. "די בוש־אַדמיניסטראַציע האָט דורכגעפֿירט זייערע שרעקלעכע אײַנפֿאַלן וועגן אַנטי־טעראָריזם, וואָס וועלן אין לעצטן סך־הכּל שטעלן די אַמעריקאַנער סאָלדאַטן אין אַ גרעסערער סכּנה, און שאַטן אויף לאַנגע יאָרן די געזעצן פֿון אונדזער 217־יאָריקער מלוכה; דערצו וועט עס גאָרנישט אויפֿטאָן, כּדי צו באַשיצן אונדזער לאַנד פֿון די טעראָריסטן... דער גרעסטער פֿאַרשפּילער אין דעם גאַנצן קאַמף וועט זײַן — אונדזער דעמאָקראַטיע."
די "טײַמס" שרײַבט ווײַטער, אַז דער געזעץ־פּראָיעקט "האָט געגעבן בושן ס׳רובֿ פֿון דעם וואָס ער האָט געמאָנט, און האָט באַפֿרײַט פֿון שטראָף יענע אַמעריקאַנער, וואָס זענען מסתּמא באַגאַנגען אַ פֿאַרברעכן לטובֿת בושס אַנטי־טעראָריסטישער פּאָליטיק. דערצו האָבן דער וויצע־פּרעזידענט דיק טשייני און זײַנע פֿרײַנד אין קאָנגרעס צוגעשריבן אַ שטעלונג, אַז בוש וועט איצט האָבן די מאַכט אַרײַנצוזעצן אין תּפֿיסה וועמען ער וויל, אויף ווי לאַנג ער וויל, אָן אַ פֿאָרמעלער באַשולדיקונג; ער וועט קאָנען אויסטײַטשן די זשענעווער קאָנווענץ אויף ס׳נײַ; דערלויבן אַזוינע צוואַנג־מיטלען, וואָס יעדער נאָרמאַלער מענטש וואָלט זיי באַטראַכט ווי פּײַניקונג, און וועט נישט דערלויבן, אַז די הונדערטער אומשולדיקע מענטשן, וואָס זענען על־פּי־טעות אַרעסטירט געוואָרן, זאָלן קענען אָנגעבן אַן אָנקלאָג אין געריכט."
אין שײַכות מיט דער פּראָבלעם פֿון די אומשולדיקע אַרעסטאַנטן, האָט די "באָסטאָן גלאָוב" (Boston Globe) דערמאָנט דעם פֿאַל פֿון מאַכער אַראַר, דער סיריער־געבוירענער קאַנאַדער בירגער, וואָס די קאַנאַדער אויטאָריטעטן האָבן אים פֿאַרדעכטיקט אין זײַן פֿאַרבונדן מיט "אַל־קײַדאַ", און האָבן איבערגעגעבן וועגן זייער חשד די אַמעריקאַנער אינסטאַנצן. ווען אַראַר האָט, אַהיימפֿאָרנדיק קיין קאַנאַדע פֿון אַ וויזיט אין טוניזיע אין 2002, זיך אָפּגעשטעלט אין ניו־יאָרק, האָבן די אַמעריקאַנער אַגענטן 12 טעג לאַנג אים שטרענג אויסגעפֿרעגט, און לסוף, אים געשיקט קיין סיריע, וווּ ער איז אַ יאָר לאַנג געפּײַניקט געוואָרן אין דער סיריער תּפֿיסה, ביז די אינסטאַנצן דאָרט האָבן באַשלאָסן, אַז ער האָט נישט קיין אינפֿאָרמאַציע וועגן "אַל־קײַדאַ", און אים באַפֿרײַט. אַראַר האָט געפּרוּווט ברענגען דעם ענין אין אַן אַמעריקאַנער פֿעדעראַלן געריכט אָבער אַ ריכטער האָט עס אָפּגעוואָרפֿן, אַ פּנים, צוליב ענינים פֿון נאַציאָנאַלער זיכערהייט. איצט פּרוּווט אַראַר צו קריגן אַ קאָמפּענסאַציע פֿון קאַנאַדע.
די קרומע באַהאַנדלונג פֿון אַמאַר, שרײַבט די "גלאָוב", "דאַרף פֿאַר אונדז ווערן אַ וויכטיקע לעקציע, ווײַל צוליב אַזוינע פֿאַלן פֿאַרלירט אַמעריקע די מאָראַלישע רעכט צו פֿאָדערן בײַ אַנדערע לענדער, זיי זאָלן פֿאָלגן די מענטשנרעכט־תּקנות פֿון דער זשענעווער קאָנווענץ. אַז די פֿאַראייניקטע שטאַטן וועט זיך האַלטן בײַ הויכע סטאַנדאַרטן, וועט זי קענען אויך אָנשליסן די מוסולמענער אינעם קאַמף קעגן די איסלאַמיסטישע עקסטרעמיסטן."
סענאַטאָר אַרלען ספּעקטער (רעפּובליקאַנער, פּענסילוועניע), דער פֿאָרזיצער פֿון דעם "יוסטיץ־קאָמיטעט" און אַן עקספּערט פֿון דער קאָנסטיטוציע, האָט זיך דווקא אַקעגנגעשטעלט זײַנע רעפּובליקאַנער קאָלעגעס, וואָס שייך דעם פּונקט, אַז די פֿאַרדעכטיקטע טעראָריסטן וועלן נישט קאָנען אָנקלאָגן אין געריכט וועגן זייער אַרעסט. ספּעקטער האָט דערקלערט, אַז "האַבעאַס קאָרפּוס" איז אַ גרונט־פּרינציפּ אין דער אַמעריקאַנער יוריספּרודענץ, און דערפֿאַר וועט דאָס העכסטע געריכט אפֿשר אָפּוואַרפֿן דאָס געזעץ, אויב מע דערלויבט נישט די אַרעסטאַנטן אַזאַ רעכט.
ס׳רובֿ פֿון די דעמאָקראַטן, און אויך דרײַ רעפּובליקאַנער, האָבן געשטימט צוזאַמען מיט ספּעקטערן, אָבער די אַנדערע רעפּובליקאַנער האָבן געהאַלטן, אַז אויב מע וועט געבן די פֿאַרדעכטיקטע טעראָריסטן אַ רעכט צו אומבאַגרענעצטע אַפּעלן, וועט די פֿעדעראַלע געריכט־סיסטעם ווערן פֿאַרוואָרפֿן מיט אַזעלכע אַפּעלן. "דאָס וואָלט געשטערט אונדזער מעגלעכקייט צו פֿירן מלחמה און וואָלט געווען שטאַרק אומאַחריותדיק," האָט גרייאַם באַמערקט. צום סוף, האָט דער סענאַט טאַקע געשטימט קעגן ספּעקטערס פֿאָרלייג, 51 קעגן 48.
נישט אַלע צײַטונגען האָבן קריטיקירט דעם געזעץ־פּראָיעקט. די "וואָל סטריט דזשורנאַל" האַלט, אַז "דער געזעץ־פּראָיעקט איז אַ גוטער, טאַקע דערפֿאַר, ווײַל מע וועט קענען ממשיך זײַן די אַגרעסיווע פֿאַרהערן פֿון אַזוינע הויך־ראַנגיקע ׳אַל־קײַדאַ׳־אַרעסטאַנטן, ווי כאַליד שייך מאָכאַמעד."
אין איר עדיטאָריאַל פֿאַראַכטאָגן שבת האָט דער "דזשורנאַל" זיך אַנטקעגנגעשטעלט דעם פּסק מצד דעם העכסטן געריכט, לעצטן יוני, וואָס האָט באַשטימט, אַז דער אַרטיקל נומער 3 פֿון דער זשענעווער קאָנווענץ — וווּ עס שטייט בפֿירוש, אַז מע טאָר נישט פֿאַרשעמען אָדער דערנידעריקן אַן אַרעסטאַנט — איז אויך חל אויף אונדזער קאָנפֿליקט מיט "אַל־קײַדאַ": "דאָס איז געווען אַ נישט־באַרעכטיקטער פּסק, ווײַל דער אַרטיקל 3 האָט אויף אַן אמת געזאָלט האָבן אַ שײַכות בלויז בעת אַ בירגערקריג." דער "דזשורנאַל" האָט אויסגעדריקט באַדויער וואָס דער פֿאַרבאָט קעגן ׳פֿאַרשעמען און דערנידעריקן׳ איז טאַקע געוואָרן אַ געזעץ אין אַמעריקע. "צוליב דעם געפֿינען זיך די "סי־אײַ־איי"־אויספֿאָרשער הײַנט אין אַ לעגאַלער סכּנה, אַפֿילו ווען זיי ניצן אַזאַ מילדן צוואַנג־מיטל ווי אָנשטעלן פֿרויען, אַנשטאָט מענער, צו פֿאַרהערן די מוסולמענישע אַרעסטאַנטן.
"דער געזעץ־פּראָיעקט איז אַ היסטאָרישע באַשטעטיקונג, אַז געוויסע מינים אַגרעסיווע אויספֿאָרשונגען זענען סײַ נייטיק, סײַ דערלויבט, אין דער מלחמה קעגן טעראָר," שרײַבט דער "דזשורנאַל". "דאָ רעדט זיך נישט וועגן ׳פּײַניקונג׳ אָדער וועגן אַ ׳קרומער באַהאַנדלונג׳ פֿון די אַרעסטאַנטן, אַזוי ווי עס טענהן די קריטיקער; עס גייט אַ רייד וועגן קאָנען מאַכן דאָס לעבן אומבאַקוועם פֿאַר די ׳אַל־קײַדאַ׳־אַרעסטאַנטן, ווײַל זיי זענען שוין טרענירט אויסצושטיין די מילדערע אויספֿאָרשונגען."
דער געזעץ־פּראָיעקט האָט שוין אַרויסגערופֿן עמאָציאָנעלע דעבאַטעס צווישן די דעמאָקראַטן און די רעפּובליקאַנער קאַנדידאַטן, וואָס גרייטן זיך צו די וואַלן דעם 7טן נאָוועמבער. דער פֿאָרזיצער פֿונעם "רעפּרעזענטאַנטן־הויז", דעניס האַסטערט (רעפּבליקאַנער, אילינוי), האָט מיטוואָך, נאָך דער אָפּשטימונג אינעם "הויז", שוין דערקלערט, אַז די דעמאָקראַטן וואָס האָבן געשטימט קעגן דעם געזעץ־פּראָיעקט "האָבן הײַנט געשטימט לטובֿת מער רעכט פֿאַר די טעראָריסטן. די זעלבע טעראָריסטן, וואָס האָבן בדעה צו שעדיקן די אומשולדיקע אַמעריקאַנער און זייער פֿרײַהייט איבער דער גאַנצער וועלט, וועלן דווקא ׳געצערטלט ווערן׳, אויב מיר האַלטן זיך בײַ דעם פּלאַן פֿון די דעמאָקראַטן."
די מינאָריטעט־פֿירערין פֿונעם "הויז", נענסי פּעלאָסי (דעמאָקראַט, קאַליפֿאָרניע) האָט אָבער געענטפֿערט, אַז די דעמאָקראַטן האָבן פּשוט מורא, אַז דער געזעץ־פּראָעקט וועט מוטיקן די אַנדערע מלוכות אויך צו באַגרענעצן די רעכט פֿון געפֿאַנגענע אַמעריקאַנער סאָלדאַטן. "מיר, דעמאָקראַטן, זענען פֿולשטענדיק גרייט צו כאַפּן, פֿאַרמישפּטן און באַשטראָפֿן די טעראָריסטן וואָס אַטאַקירן די אַמעריקאַנער," האָט זי דערקלערט.