אויף אַ שבתדיקער מאָלצײַט האָב איך לעצטנס געכאַפּט אַ שמועס מיט אַ פֿרומער פֿרוי, אַ מאַמע פֿון זעקס קינדערלעך, וועגן דעם ענין דערציִונג. זי האָט זיך געראַנגלט מיט דער פֿראַגע, אין וואָסער חרדישער ישיבֿה צו שיקן די קינדער, זיי זאָלן קריגן אַ פֿעסטן יסוד אין ייִדישקייט, אַרײַנגערעכנט די ייִדישע שפּראַך, אָבער גלײַכצײַטיק אויך קענען גיין אין קאָלעדזש און האָבן אַ פֿאַך, ווען זיי וואַקסן אויס. ס׳איז אײַנגעפֿירט בײַ די ישיבֿה־ייִדן, אַז די בחורים גייען נישט אָפֿט אין קאָלעדזש און זיי אַרבעטן אויך נישט, נאָר יאָרן לאַנג נאָך דער חתונה קוועטשן זיי די באַנק, זיצן און לערנען תּורה. זיכער, ברענגט דאָס גוואַלדיקע זכותים, די עלטערן און דער רבונו־של־עולם שעפּן פֿון דעם אַ סך נחת. אָבער מע צאָלט אויך אַ הויכן פּרײַז: די פֿרויען דאַרפֿן שווער אַרבעטן אַליין, כּדי אויסצוהאַלטן די משפּחה און צו האָדעווען די אַלע קינדער. נישט זעלטן לעבט מען אין גרויס אָרעמקייט, אויפֿן חשבון פֿונעם סאָציאַלן מלוכה־פֿאַרזאָרג.
אויך די פֿרײַע ייִדן קוועטשן די באַנק, נישט לשם־שמים, נאָר לשם זייערע אייגענע אידעאַלן און אינטערעסן. זיי פֿאַרברענגען לאַנגע יאָרן אין דער גראַדויִר־שול, אײַנגעבויגן איבער די לערן־ביכער, פֿאַרטיפֿט אין די לימודים, פֿרעמדע שפּראַכן, מאָדנע טעאָריעס, וואָס אין פֿאַרגלײַך מיט זיי זענען די סודות פֿון דער קבלה אַ "קינדערשפּיל". די גראַדויִר־סטודענטן האָבן אויך בטחון: זיי גלייבן מיט אמונה־שלמה, אַז דווקא זיי וועלן באַקומען אַ גוטע שטעלע אין דער שיינער שטאָט, און די טויזנטער אַנדערע סטודענטן, וואָס טראַכטן דאָס זעלבע — נישט. ווי די אַמאָליקע מוסרניקעס, לעבן זיי אין אָרעמקייט, מיט מסירת־נפֿש, אָבער מיט דער האָפֿענונג, אַז אויפֿן עולם־הבא וועלן זיי קריגן זייער שׂכר.
עס טרעפֿט זיך אָבער אַ מאָל, אַז דער ישיבֿה־בחור, אָדער דער סטודענט, פֿאַרלירט זײַן גלויבן. ער קוקט זיך אַרום און זעט, אַז בשעת אַנדערע מענטשן אין זײַן עלטער האָבן שוין אינטערעסאַנטע, גוט באַצאָלטע שטעלעס און לעבן אַ גוטן טאָג, טויג זײַן וויסן און דער דיפּלאָם, צי דאָקטאָראַט, וואָס ער האָט אַפֿילו נאָך נישט באַקומען, אויף כּפּרות. און אַרויסשפּרינגען פֿונעם אַקאַדעמישן טײַכל אין דער קאַלטער רעאַליטעט, וואָס ער האָט אפֿשר נאָך קיין מאָל נישט דערלעבט, קען זײַן אַ גרויסער שאָק.
אַזוי ווי איך אַליין טראַכט זיך אומצוקערן אין גראַדויִר־שול, דווקא צו ייִדישע לימודים, האָב איך אויסגעפֿרעגט מײַנע פֿרײַנד און באַקאַנטע — סײַ בעל־פּה, סײַ דורך דער בליצפּאָסט — און געשטעלט זיי די פֿראַגע: צי ס׳איז כּדאַי צו מאַכן אַ דאָקטאָראַט אין אַזעלכע הומאַניסטישע זאַכן? יעדער מענטש האָט, פֿאַרשטייט זיך, זײַן אייגענעם קוק, פֿאַרבונדן מיט זײַנע פּערזענלעכע דערפֿאַרונגען. אינטערעסאַנט איז אָבער, אַז די מענטשן, וועלכע האָבן נישט שטודירט אין אַ גראַדויִר־שול, האָבן אָפֿט חרטה וועגן דעם, און די מענטשן וואָס האָבן יאָ שטודירט, אָדער שטודירן נאָך אַלץ, האָבן אָפֿט אויך חרטה! איך שאַץ ספּעציעל אָפּ די ענטפֿערס פֿון די מענטשן, וואָס האָבן זיך נישט געשעמט צו שרײַבן וועגן זייערע חסרונות. איין חבֿר מײַנער, וואָס לערנט זיך די אַלטע שפּראַכן אין האַרוואַרד, שרײַבט:
"טײַערער לייזער, איך קען דיר איצטער נישט געבן קיין לאַנגן ענטפֿער, ווײַל איך בין צו פֿאַרנומען מיט די אפֿשר נישט־כּדאַיִקע גראַדויִר־שול־זאַכן. מײַן ענטפֿער איז — ניין, סײַדן, דו קענסט נישט לעבן, אויב די זאַך, וואָס דו שטודירסט, ווערט נישט דער הויפּט־פּונקט פֿון דײַן לעבן. און נישט בלויז ווי אַ ליבהאָבער: עס דאַרף זײַן סײַ דײַן צײַטפֿאַרברענג, סײַ דײַן חיונה. דאָס איז אפֿשר נישט אמת פֿאַר די וויסנשאַפֿטן, וואָס עס איז דאָ אויף זיי אַ נאָכפֿרעג. און אַוודאי איז עס נישט קייין אמת פֿאַר די סטודענטן פֿון מעדיצין, יוריספּרודענץ, און געשעפֿט.
"פֿאַר מיר פּערזענלעך איז נישט כּדאַי געווען צו גיין אין גראַדויִר־שול; די איינציקע סיבה, פֿאַר וואָס איך הער נישט אויף, און טו נישט עפּעס בעסערס, איז ווײַל איך בין שוין צו טיף אַרײַן אין מײַן לערנען; כ׳וועל זיך שוין אַזוי ווײַטער שלעפּן ביזן דאָקטאָר־טיטל. איך האָב שטאַרק ליב דאָס לערנען, און איך האָב ליב די ביכער. ס׳איז אַ שאָד, וואָס ס׳איז מער נישטאָ קיין פּלאַץ אין די גוטע אוניווערסיטעטן פֿאַר די פּראָפֿעסאָרן, וואָס לערנען, בעיקר, אַנשטאָט כּסדר צו פֿאָרשן (וואָס איז, בדרך־כּלל, סתּם אַ פּאַפּיר־שמירערײַ). אויב דאָס לערנען גופֿא וואָלט געהאַט דעם אויבנאָן אין דער אַקאַדעמישער וועלט, וואָלט די גראַדויִר־שול נישט געווען אַזוי פֿולגעפּאַקט מיט אַרבעט־האָליקער און מליצה־קינסטלער (בלע״ז drudges and BS artists). אָפֿט מאָל פֿיל איך זיך ווי ביידע!
"פֿאַרשטייט זיך, ווען די טיר פֿונעם קלאַסצימער איז פֿאַרמאַכט, זאָג איך מײַנע תּלמידים ׳ווערט נישט קיין מאָל קיין גראַדויִר־סטודענטן!׳ אָבער זיי גלייבן מיר נישט, די נאַראָנימלעך (אַזוי רוף איך זיי, מיט ליבשאַפֿט — זיי לאַכן). און נאָך אַלעמען קען דאָס זײַן, אין בעסטן פֿאַל, אַ גוטער און אומשולדיקער לעבנס־שטייגער... אָבער נישט קיין זייער נוציקער אָדער סאָלידער לעבנס־וועג."
אַ חבֿרטע מײַנע, וואָס איז שוין געוואָרן אַ פּראָפֿעסאָרשע, האָט מיר געענטפֿערט אַזוי: "עס ווענדט זיך אין דעם, וואָס דו ווילסט האָבן בײַם סוף (דאָס הייסט, נאָך 4—9 יאָר זיך לערנען). עס קען זיך לוינען אינטעלעקטועל, ספּעציעל אויב דו ווייסט וואָס דו ווילסט טאָן און מיט וועמען דו ווילסט אַרבעטן, און אַז עס זענען פֿאַראַן דאָרטן גוטע מענטשן, גוטע מומחים, און גוטע בעלי־יועצים — נישט דווקא אין דעם סדר. (דאָס אַלץ האָב איך נישט געוווּסט, איידער איך בין אַרײַן אין דער גראַדויִר־שול; געוויסע טיילן זענען געווען פֿאַר מיר טאַקע שרעקלעך). איך וואָלט דיר נישט שטאַרק רעקאָמענדירט צו ווערן אַ פּראָפֿעסאָר. ס׳איז אַזוי אומזיכער, ספּעציעל, דאָס קריגן חזקה, און איין גאָט ווייסט, וווּ דו וועסט געפֿינען אַרבעט. וואָס שייך ייִדיש, זענען, פֿאַרשטייט זיך, פֿאַראַן זייער ווייניק אויסזיכטן. דאָס לערנען קען זײַן אויסגעצייכנט, און דו האָסט עטלעכע גוואַלדיקע קאָלעגעס און סטודענטן; אָבער עס זענען דאָ אַלע מאָל אויך קאָלעגעס און סטודענטן נודניקעס, און קאָמיטעטן און נאַרישע אַקאַדעמישע בודזשעט־ענינים, און ׳אָפֿיס־פּאָליטיק׳, וווּ יעדער איז נאָך מער פֿאַרביטערט, ווײַל מ׳האָט אויך צו טאָן מיט אַזעלכע קלייניקייטן. און איך האָב נאָך נישט אָנגעהויבן רעדן וועגן דער פּראָבלעם פֿון אַרויסגעבן אַרטיקלען און ביכער."
זייער אַ סך גראַדויִר־סטודענטן באַווײַזן נישט אַפֿילו צו ענדיקן די פּראָגראַם. איינער שרײַבט מיר: "איך האָב אַ סך, צו פֿיל זייער קלוגע חבֿרים, וואָס האָבן אָנגעהויבן אַ דאָקטאָראַט־פּראָגראַם, ווײַל ׳עס האָט דעמאָלט אויסגעזען ווי אַ גוטער געדאַנק׳, אָבער הײַנט איז געבליבן אויף זייערע רעזומעען ׳אַלץ אַחוץ דעם דאָקטאָראַט׳".
אוי, איך זע שוין, אַז דער חשובֿער לייענער ווערט אַ ביסל דערשלאָגן. זײַט זיך אָבער נישט מיאש — ס׳רובֿ אויסגעפֿרעגטע האָבן באַזונגען די מעלות פֿון גראַדויִר־שול, כאָטש מיט ווייניקער כּוח־הדמיון און בילדערישקייט, ווי זייערע פֿאַרביטערטע קאָלעגעס. אַ חבֿר, וואָס פֿאָרשט איצטער מיטל־עלטערישע פֿילאָסאָפֿיע אין מינכן, שרײַבט: "יאָ! מאַכן אַ דאָקטאָראַט קען באַרײַכערן דײַן לעבן, געבן דיר די מעגלעכקייט זיך אויסצולערנען שפּראַכן, וואָס אַנדערש וואָלסטו זיי זיך קיין מאָל נישט אויסגעלערנט, און צו שטודירן פֿאַרכאַפּנדיקע זאַכן, וואָס אַנדערש וואָלסטו קיין מאָל נישט געהאַט דעם שאַנס זיי צו שטודירן". אַ סך אַנדערע האַלטן אויך, אַז דאָס שטודירן פֿאַרגרעסערט די מעגלעכקייטן פֿון לעבן, עפֿנט אַ טיר צו נײַע וועלטן. אַ חבֿרטע פֿון יאַפּאַן שרײַבט: "דאָס לעבן פֿון אַ מענטש, וואָס מאַכט אָדער האָט געמאַכט אַ דאָקטאָראַט, איז גאַנץ אַנדערש, און בעסער". אַ חבֿר פֿון פּוילן זאָגט: "אויב איך וואָלט נישט שטודירט, וואָלט איך קיין מאָל נישט געזען די זאַכן, וואָס איך האָב געזען".
דאָס זעלבע קען איך זאָגן פֿאַר זיך אַליין, אָבער איז דאָס גענוג אין לעבן? די הנאה וואָס מע האָט בײַ לערנען זיך נײַע זאַכן, איז זייער וויכטיק, אָבער אַ ייִד דאַרף האָבן פּרנסה. סײַדן, דער אייבערשטער מאַכט אַ נס. מיט מזל וועט מען זיך מוטשען אויף אַ שלעכט־באַצאָלטער שטעלע ערגעץ אין אַ פֿאַרוואָרפֿן ווינקל, נישט פֿון דעם אָרט, וווּ דער שוואַרצער פֿעפֿער וואַקסט. אַ חבֿר מײַנער אין מינעסאָטאַ לעבט מיטן הײַנט: "ווײַל איך לערן אָדער באַקום אַ סטיפּענדיע און אַזוי אָדער אַנדערש קריג איך באַצאָלט, אַרט עס מיך נישט, וואָס איך האָב נישט קיין ליכטיקע צוקונפֿט. דערווײַל גיב איך זיך אַן עצה (געוויינטלעך)".
אַ סך אויסגעפֿרעגטע האָבן פֿאַרשטאַנען (מיט רעכט), אַז מײַן אמתע פֿראַגע איז געווען: צי ס׳איז כּדאַי פֿאַר מיר צוריקצוגיין אין גראַדויִר־שול? ס׳רובֿ האָבן מיך דערמוטיקט, אָבער עטלעכע האָבן מיך געוואָרנט: "כּדאַי, לויט וואָסערע קריטעריעס? דער פֿאַקט, וואָס דו שטעלסט די פֿראַגע אויף אַזאַ אוטיליטאַרישן אופֿן, ברענגט צום געדאַנק, אַז דער אוניווערסיטעט איז נישט דײַן פּלאַץ. ווײַל דער אוניווערסיטעט ציט הײַנט נישט צו צוליבן געלט, אָדער צוליב דער אַרבעט־זיכערקייט (ד״ה חזקה); מע דאַרף אָנהייבן אַ דאָקטאָראַט־פּראָגראַם, ווײַל מען איז פֿאַראינטערעסירט אין לערנען לשמה. דערצו, דאַרף מען הנאה האָבן פֿון שרײַבן אַרטיקלען, פֿון געלערנטע פּילפּולים, ווי אויך פֿונעם לערנען".
נאָך דעם ווי איך האָב אויסגעהערט די אַלע וואָרענונגען, קען איך נישט זאָגן, אַז איך האָב זיך אַרײַנגעכאַפּט בלינדערהייט. אָבער, כּמעט ווי אויף צו להכעיס, בין איך דווקא איצטער גענייגט זיך אונטערצונעמען די גרויסע עובֿדה. דער אַלטער גלויבן פֿלאַקערט אויף, עס בענקט זיך נאָך די אַלטע ספֿרים, עס ווילט זיך לערנען. דערווײַל דאַרף איך סײַ ווי נישט באַשליסן, ווײַל קיין איין אוניווערסיטעט האָט מיך נאָך נישט אָנגענומען. קען איך זיך קווענקלען און איבערקלערן די פֿראַגע. אויב מע נעמט מיך יאָ אָן, וועל איך אויסטרינקען אַ פֿלעשל שאַמפּאַניער; און אויב נישט — צוויי פֿלעשלעך. ווי עס זאָל נישט זײַן — לחיים, ייִדן!