פּאָליטיק
דער נוקלעאַרער רעאַקטאָר אין דימונה
דער נוקלעאַרער רעאַקטאָר אין דימונה
AFP/Getty Images

דער געדאַנק, אַז מדינת־ישׂראל דאַרף זיך באַזאָרגן מיט אַטאָמישע מעגלעכקייטן איז געבוירן געוואָרן מיט דער אַנטשטייונג פֿון דער מדינה. הינטער דעם דאָזיקן אַמביציעזן פּראָיעקט זענען געשטאַנען דרײַ מענטשן: פּרעמיער־מיניסטער פֿון ישׂראל דוד בן־גוריון, זײַן געהילף שמעון פּערעס און דער וויסנשאַפֿטלעכער פּראָפֿעסאָר ערנסט־דוד בערגמאַן. דער ישׂראלדיקער רעאַקטאָר איז אויפֿגעבויט געוואָרן אין 1958, לויט די פֿראַנצויזישע קענטענישן, אויפֿן יסוד פֿון אַן אָפּמאַך מיט פֿראַנקרײַך פֿון יאָר 1957. פּרעזידענט שאַרל דע־גאָל האָט אין 1960 פּרובירט צו צעשטערן דעם אָפּמאַך, אָבער ישׂראל האָט שוין צו יענער צײַט באַקומען אַלע נויטווענדיקע מאַטעריאַלן און פֿאַרענדיקט דאָס אויפֿבויען דעם רעאַקטאָר.

אַן אַטאָמישער רעאַקטאָר איז אַן אײַנריכטונג צו פּראָדוצירן ענערגיע דורך פּראָצעסן פֿון שפּאַלטן און שמעלצן דעם אַטאָם. ווי די עקספּערטן דערקלערן, עקזיסטירן דערווײַל נאָר רעאַקטאָרן פֿאַר דער שפּאַלטונג, און עס וועלן נאָך נעמען יאָרן ביז מען וועט קענען אויפֿבויען רעאַקטאָרן צו שמעלצן אַטאָמען. דער אַטאָמישער פּראָצעס רעאַליזירט זיך אין האַרצן פֿונעם רעאַקטאָר, וואָס איז אַ געשלאָסענער פּלאַץ; אַ נישט דורכדרינגלעכער, געשיצט קעגן ראַדיאָ־אַקטיווער שטראַלונג. אין האַרצן פֿונעם רעאַקטאָר ווערט אַרײַנגעלייגט דער אַטאָמישער ברענשטאָף אין דער פֿאָרעם פֿון שטאַנגען.

דאָס האַרץ פֿון רעאַקטאָר איז באַשיצט דורך אַ שיכט פֿון בלײַ און אַ שיכט פֿון דיקן בעטאָן, וואָס קען דערגיין ביז אַ מעטער. דאָס איז נייטיק, כּדי דאָס האַרץ פֿונעם רעאַקטאָר זאָל נישט באַשעדיקט ווערן בעת אַ נאַטור־אומגליק ווי, למשל, אַן ערד־ציטערניש, אָדער אַן אויפֿרײַס. אויב דאָס האַרץ פֿונעם רעאַקטאָר ווערט באַשעדיקט, דערפֿירט דאָס צו אַן אָפּדעקונג אָדער אַנטבלויזונג פֿון דעם ברענשטאָף־מאַטעריאַל צו דער לופֿט און דער פֿונאַנדערשפּרייטונג פֿון ראַדיאָ־אַקטיווע מאַטעריאַלן אין דער אַטמאָספֿער.

ישׂראלס רעאַקטאָר איז אויפֿגעבויט געוואָרן פֿאַר עקאָנאָמישע און אויספֿאָרשונג־צוועקן. דער הויפּט־צוועק איז געווען צו שאַפֿן אַ טעכנאָלאָגישע באַזע, כּדי זיך צו באַנוצן מיט אַטאָמישע מעטאָדן אויפֿן געביט פֿון עלעקטריע, אינדוסטריע, מעדיצין און אַגריקולטור. דער רעאַקטאָר איז אויפֿגעבויט געוואָרן אין בן־גוריונס צײַטן אין דער שטאָט געוואָרן אין בן־גוריונס צײַטן אין דער שטאָט דימונה, אין נגבֿ — געהיים, אָן דעם וויסן פֿון די אַמעריקאַנער — פֿאַרמאַסקירט ווי אַ טעקסטיל־פֿאַבריק. אין יאָר 1960 האָבן די אַמעריקאַנער פֿאַרשטאַנען וואָס עס קומט פֿאָר אין דימונה און, לויטן פֿאַרלאַנג פֿון פּרעזידענט דזשאַן פֿ. קענעדי, זענען עטלעכע מאָל אַהין געקומען אַמעריקאַנער קאָנטראָלירער.

דער ישׂראלדיקער אַטאָם־שפּיאָן, מרדכי וואַנונו, האָט אַנטפּלעקט, אַז אין פֿאַרלויף פֿון דעם באַזוך האָט ישׂראל באַהאַלטן פֿון די אַמעריקאַנער קאָנטראָלירער ליפֿטן, וואָס לאָזן זיך אַראָפּ 25 מעטער טיף אין דער ערד, און דערפֿאַר האָבן די קאָנטראָלירער נישט געפֿונען קיין שום פֿאַרדעכטיקע טעטיקייטן. אין זייער באַריכט האָבן די קאָנטראָלירער געשריבן: "ס׳איז נישטאָ קיין שום באַרעכטיקונג פֿאַר אַזאַ גרויסן רעאַקטאָר פֿאַר וויסנשאַפֿטלעכע און ציווילע צוועקן, אָבער עס זענען נישטאָ קיין שום באַווײַזן, אַז עס קומט דאָרט פֿאָר אַ מיליטערישע טעטיקייט".

אין יאָר 1968 האָט לוי אשכּול מצליח געווען איבערצוצײַגן דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט לינדאָן דזשאַנסאָן צו פֿאַרמאַכן אַן אויג אויף ישׂראלס אַטאָם־מעגלעכקייטן; און אַז גאָלדע מאיר איז געוואָרן פּרעמיער־מיניסטער האָט זי באַשלאָסן, אַז עס האָט נישט קיין זין זיך צו שפּילן מיט די אַמעריקאַנער, ווי אַ קאַץ מיט אַ מויז, און אין פֿאַרלויף פֿון איר באַזוך אין וואַשינגטאָן אין יאָר 1969, איז זי געקומען צו אַ הסכּם מיט פּרעזידענט ריטשאַרד ניקסאָן און דעם אויסערן־מיניסטער הענרי קיסינדזשער וועגן ישׂראלס פֿאַרנעפּלטער אַטאָם־פּאָליטיק, ווי זי עקזיסטירט ביזן הײַנטיקן טאָג. די פֿראַגע איז, צי לוינט עס ווײַטער צו פֿירן די פֿאַרנעפּלטע אַטאָם־פּאָליטיק, ווען עס איז שוין קלאָר געוואָרן, אַז איראַן איז אויפֿן וועג צו האָבן אַטאָמיש געווער. ישׂראלס פּרעמיער אהוד אָלמערט האָט באַזוכט כינע און געבעטן די כינעזישע פֿירער זיי זאָלן ווייניקער קאָלאַבאָרירן מיט איראַן אויפֿן געביט פֿון אַטאָמישער ענערגיע. קומענדיק צוריק קיין ישׂראל, האָט אָלמערט דערקלערט, אַז כינע וויל נישט זען אַ באַוואָפֿנטע איראַן מיט אַטאָמיש געווער.

פֿון דער אַנדערער זײַט, לויט די ידיעות, פּובליקירט אין די אייראָפּעיִשע צײַטונגען, גרייט ישׂראל צו אַן אַטאַק אויף די איראַנישע אַטאָמישע אינסטאַלאַציעס, ווי זי האָט עס געטאָן אין יוני 1981 קעגן דעם איראַקישן אַטאָמישן רעאַקטאָר. לויט די זעלבע ידיעות, האָט ישׂראל שוין אויפֿגעדעקט דרײַ פּלעצער פֿון איראַנישן אַטאָם דרומדיק פֿון טעהעראַן: אין נאַטאַנץ, איספֿאַהאַן, און אין אַראַק.

צוויי ישׂראלדיקע עראָפּלאַן־בריגאַדעס גרייטן זיך שוין צו, לויט דער פּרעסע, אויסצופֿירן דעם אַטאַק, און אירע אונטערוואַסער־שיפֿן — אויסצושיסן ראַקעטן, וועלכע זײַנען גענוג שטאַרק אַרײַנצודרינגען אין די בונקערס הונדערטער מעטער טיף אין דער ערד. דאָס דאַרף זײַן איין מיסיע און איין אַטאַק און פֿון איראַנישן אַטאָמישן פּראָיעקט וועט נישט בלײַבן קיין סימן.

מיט דעם וועט אויסגעמיטן ווערן די מעגלעכקייט, אַז אַכמאַדינעדזשאַד זאָל באַזאָרגן די טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציעס מיט מאַטעריאַלן צו בויען שמוציקע באָמבעס, און דאָס ייִדישע פֿאָלק וועט אויסמײַדן אַ צווייטן חורבן, מיט וועלכן עס סטראַשעט אַכמאַדינעדזשאַד. נישט געקוקט אויף דער אַנטדעקונג פֿון אירע אַטאָמישע מעגלעכקייטן, דורכן שפּיאָן מרדכי וואַנונו, וועלכער האָט פּובליקירט בילדער פֿון ישׂראלס אַטאָמישן רעאַקטאָר אין דימונה, האָט ישׂראל נישט מודה געווען, אַז זי פֿאַרמאָגט אַטאָמיש געווער און האָט אָפֿיציעל זיך באַנוגנט מיט אַ דערקלערונג, אַז זי וועט נישט זײַן די ערשטע, וואָס וועט אַרײַנברענגען אַטאָמיש געווער אין מיטעלן מיזרח.

לעצטנס, האָט פּרעמיער־מיניסטער, אהוד אָלמערט, ממש מודה געווען, אַז ישׂראל האָט אטאָמישע מעגלעכקייטן, נאָך דעם ווי דער אַמעריקאַנער זיכערהייט־סעקרעטאַר, באַב גייטס, האָט אײַנגעשלאָסן ישׂראל אין דער ליסטע פֿון לענדער, וואָס פֿאַרמאָגן אַטאָמישע מעגלעכקייטן און האָט צוגעגעבן, אַז איראַן האָט מורא פֿאַר ישׂראלס אַטאָמישער מאַכט. אָלמערט האָט דערקלערט אין אַן אינטערוויו אין דײַטשלאַנד: "ישׂראל דראָט קיינעם נישט און האָט קיינמאָל נישט געדראָט. איראַן, פֿאַרקערט, דראָט בפֿירוש מיטן אָפּמעקן ישׂראל פֿון דער מאַפּע. איז ווי קאָן מען מאַכן אַ פֿאַרגלײַך, אויפֿן געביט פֿון אַטאָמיש געווער, צווישן איראַן און אַמעריקע, פֿראַנקרײַך, ישׂראל און רוסלאַנד?"

אַזוי ווי אָלמערטס ווערטער זענען גלײַך אויסגעטײַטשט געוואָרן ווי אַן ענדערונג אין ישׂראלס אַטאָם־פּאָליטיק, האָט ער אַ טאָג שפּעטער איבערגעחזרט וואָס ישׂראל טענהט די גאַנצע צײַט, אַז זי וועט נישט זײַן די ערשטע אַרײַנצופֿירן אַטאָמיש געווער אינעם מיטעלן מיזרח. דער אמת איז, אַז אָלמערט האָט נישט געדאַרפֿט וואַרטן אויף דער דערקלערונג פֿונעם אַמעריקאַנער זיכערהייט־סעקרעטאַר, אַז ישׂראל פֿאַרמאָגט אַטאָמישע מעגלעכקייטן. שוין דעם 13טן מײַ 1966 האָט פּראָפֿעסאָר ערנסט דוד בערגמאַן, דער ערשטער פּרעזידענט פֿון דער אַטאָמישער ישׂראל־קאָמיסיע דערקלערט, אַז "דורכן אַנטוויקלען אַטאָמישע ענערגיע פֿאַר שלום־צוועקן דערגייט מען צו אַן אַטאָמישער אָפּציע. עס זענען נישטאָ צוויי אַטאָמישע ענערגיעס."

דעם ערשטן דעצעמבער 1974 האָט דער ישׂראל־פּרעזידענט, דער וויסנשאַפֿטלער און פּראָפֿעסאָר, אפֿרים קציר, דערקלערט פֿאַר אַ גרופּע אַמעריקאַנער און אייראָפּעיִשע וויסנשאַפֿט־זשורנאַליסטן אַזוי: "ישׂראל האָט אַן אַטאָמישן פּאָטענציאַל". ווען איינער פֿון די זשורנאַליסטן האָט אים געפֿרעגט: "צי דערוועקט נישט דער דאָזיקער פּאָטענציאַל זאָרג?", האָט קציר געענטפֿערט: "פֿאַר וואָס דאַרף עס אונדז שאַפֿן זאָרג? זאָל די וועלט זאָרגן". דאָס איז געווען די ערשטע אָפֿיציעלע באַשטעטיקונג, אַז ישׂראל איז אַקטיוו אויפֿן אַטאָמישן געביט.

אין פֿעברואַר 1976 האָט משה דיין — זײַענדיק אַ מיטגליד אין דער כּנסת — דערקלערט אין אַן אינטערוויו פֿאַר דער פֿראַנצויזישער טעלעוויזיע: "מיר האָבן שוין איצט די מעגלעכקייטן צו פּראָדוצירן אַן אַטאָמישע באָמבע. אויב די אַראַבער וועלן ווען־נישט־איז אין דער צוקונפֿט דערגיין צו אַן אַטאָמישער באָמבע, איז וויכטיק אַז מיר זאָלן האָבן אַזאַ באָמבע פֿאַר זיי; אָבער, פֿאַרשטייט זיך, נישט כּדי זיך צו באַנוצן מיט איר".

דעם 4טן יאַנואַר 1996 האָט שמעון פּערעס, זײַענדיק פּרעמיער־מיניסטער, דערקלערט: "גיט מיר דעם שלום, און איך וועל מוותּר זײַן אויפֿן אַטאָם". אַ פּאָר יאָר שפּעטער האָט פּערעס דערקלערט צו אַסאַדס ביאָגראַפֿער, דעם ענגלישן זשורנאַליסט פּעטריק סילס: "ווען איך האָב געשאַפֿן די אַטאָמישע אָפּציע, האָב איך נישט געוואָלט קיין היראָשימאַ. כ׳האָב זי געשאַפֿן כּדי צו דערגיין קיין אָסלאָ".

ס׳איז נישט קלאָר, צי אָלמערט האָט זיך טאַקע צופֿעליק אַרויסגעכאַפּט מיט אַ וואָרט בעת דער אַטאָמישער דערקלערונג, צי דאָס איז געווען אַ פּלאַנירטע דערקלערונג, כּדי צו דערשרעקן די אַראַבער און איראַן. אַזוי ווי די זשורנאַליסטן שרײַבן, קומען די ידיעות וועגן דעם פּלאַן צו אַטאַקירן די איראַנישע אַטאָמישע אינסטאַלאַציעס, פֿון דעם ישׂראלדיקן "מוסד", האַלטן די פּאָליטישע אָבסערוואַטאָרן, אַז דער צוועק פֿון די דאָזיקע ידיעות איז אָדער צווינגען איראַן אָפּצושטעלן אירע אַטאָמישע אַנטוויקלונגען, אָדער אַרײַנשלעפּן די פֿאַראייניקטע שטאַטן אין אַן אַקציע קעגן איראַן (די ענגלישע "גאַרדיאַן" ווײַזט אָן, אַז אַמעריקע וועט אַטאַקירן איראַן פֿאַרן סוף פֿון בושס קאַדענץ), אָדער פּשוט צוגרייטן פֿון פֿריִער די וועלט־מיינונג, לטובֿת אַן אַטאַק פֿון ישׂראל.

דער אמת איז, אַז אין ישׂראל זענען שוין יאָרן פֿאַראַן אַזעלכע וואָס טענהן, אַז ירושלים דאַרף אויפֿהערן איר פֿאַרנעפּלטע פּאָליטיק און אָפֿן דערקלערן וועגן אירע אַטאָמישע מעגלעכקייטן, כּדי צו שאַפֿן אַן אויטענטישע אָפּשרעקונג פֿאַר אירע שׂונאים. אין זייער מיינונג, איז נישטאָ קיין אָפּשרעקונג אָן כּוח, און ס׳איז נישטאָ קיין כּוח אָן אויפֿדעקן דעם אמת; און אַ פֿאַרנעפּלטע פּאָליטיק גיט נישט קיין מעגלעכקייט אויפֿצודעקן דעם אמת.

אָבער אויב ישׂראל זאָל אַנולירן איר פֿאַרנעפּלטע פּאָליטיק, וואָלט עס געקאָנט זײַן אַ סיבה פֿאַר אירע שכנים זיך צו באַנוצן קעגן איר מיט נישט־קאָנווענציאָנעלע קראַפֿט־מיטלען און פֿאַרשטאַרקן אויף דער אינטערנאַציאָנאַלער אַרענע די אָנשטרענגונגען צו צעשטערן ישׂראלס אַטאָמישע מעגלעכקייטן. די "יו־ען" וואָלט געקאָנט צווינגען ישׂראל אויפֿצודעקן אַלע אירע מעגלעכקייטן און אויפֿהערן די אַנטוויקלונגען. און אויב ישׂראל וואָלט נישט מסכּים געווען מיט די דאָזיקע פֿאָדערונגען, וואָלטן געקאָנט אָנגענומען ווערן סאַנקציעס קעגן איר און דאָס קאָן זײַן אַ גרויסע צרה.

צוליב איר פֿאַרנעפּלטער אַטאָמישער פּאָליטיק ווערט זי באַטראַכט, ספּעציעל דורך די אַראַבער, ווי אַ מדינה וואָס האָט אַטאָמיש געווער אָבער עס האָבן קיין מאָל נישט עקזיסטירט קיין באַווײַזן, אַז זי האָט דאָס באמת; כאָטש לויט די פּובליקאַציעס אין אויסלאַנד, האָט זי שוין אין יאָר 1967 געהאַט צוויי אַטאָמישע באָמבעס און אין יאָר 1973 — נאָך אַ גרעסערן אַרסענאַל. נאָך די אַנטפּלעקונגען פֿון אַטאָם־שפּיאָן וואַנונו, האָבן די עקספּערטן אָפּגעשאַצט, אַז ישׂראל האָט 200 אַטאָמישע באָמבעס. אָבער אַז מ׳האָט געפֿרעגט וואַנונון, צי האָט ער געזען מיט זײַנע אויגן אַ ישׂראלדיקע אַטאָמישע באָמבע, האָט ער געענטפֿערט: "ניין, איך האָב קיין מאָל נישט געזען קיין ישׂראלדיקע אַטאָמישע באָמבע. איך ווייס, אַז טיילן פֿון אַ באָמבע זענען געשיקט געוואָרן וווּ־נישט־איז אין אַ חיפֿהר געגנט".

די אַראַבישע מדינות שרעקן זיך פֿאַר ישׂראלס אַטאָמישע מעגלעכקייטן, אָבער די איראַנישע אַיאַטאָלאַס שרעקן זיך נישט פֿאַר ישׂראלס סטראַשונקעס, און איין מעגלעכקייט וואָס שטייט פֿאַר ישׂראל איז דערגיין צו סטראַטעגישע אָפּמאַכן מיט אַנדערע לענדער, ספּעציעל מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אין פֿאַל פֿון אַזאַ אָפּמאַך וועט ישׂראל מוזן אויפֿגעבן איר פֿאַרנעפּלטע פּאָליטיק און אויפֿדעקן וואָס זי האָט.

צוליב דעם וואָס ישׂראל האָט קיין מאָל נישט מודה געווען, אַז זי האָט אַטאָמיש געווער; האָט קיינמאָל נישט דורכגעפֿירט קיין אַטאָמישן עקספּערימענט און טענהט, אַז זי וועט נישט זײַן די ערשטע אַרײַנצופֿירן אַטאָמיש געווער אין מיטעלן מיזרח, שטיצן די פֿאַראייניקטע שטאַטן און אויך די אייראָפּעיִשע לענדער ישׂראלס פּאָליטיק. זיי פֿאַרשטייען די סכּנות וואָס דראָען ישׂראל. איז טאַקע מיט דער הילף פֿון אַמעריקע און אייראָפּע האָט ישׂראל געקאָנט אויסמײַדן ביז איצט דעם קאָנטראָל פֿון דעם זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען" און פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער אַטאָמישער קאָמיסיע איבער ישׂראלס רעאַקטאָר אין דימונה.

די אונטערשטע שורה איז, אַז מיט איר פֿאַרנעפּלטער אַטאָם־פּאָליטיק האָט ישׂראל זיך אײַנגעגעבן איבער פֿערציק יאָר נישט צו דערמעגלעכן אירע שׂונאים צו אָרגאַניזירן אַן אַקציע אויף דער אינטערנאַציאָנאַלער אַרענע קעגן אירע אַטאָמישע מעגלעכקייטן — צי זי האָט זיי, צי זי האָט זיי נישט. אין דער זעלבער צײַט, איז ישׂראל מצליח אָנצוהאַלטן איר אָפּשרעקונגס־פֿאַקטאָר, צוליב דעם ספֿק וואָס איר פּאָליטיק האָט אײַנגעפֿלאַנצט אין די הערצער פֿון אירע אַראַבישע שכנים און צוליב דעם, וואָס זי האָט נישט אונטערגעשריבן דעם פּאַקט נישט צו פֿאַרשפּרייטן נוקלעאַר געווער.

אין דער ערשטער גאָלף־מלחמה האָט סאַדאַם כוסיין צוליבן דאָזיקן ספֿק אויסגעמיטן צו שיסן אויף ישׂראל ראַקעטן מיט כעמישע קעפּלעך. פּערעס האָט אַמאָל דערציילט, אַז עמרו מוסאַ האָט צו אים איין מאָל געזאָגט: "איך וויל באַזוכן דימונה". האָט פּערעס אים געענטפֿערט: "ביסט משוגע? אויב דו גייסט אַהין, וועסטו זען, אַז מיר האָבן גאָרנישט און מיר וועלן פֿאַרלירן אַלע אונדזערע סטראַטעגישע פּלוסן".