פֿאַרשײדנס
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

צי האָט זיך אײַך פֿאַרבענקט נאָך אַ היימישער אַשכּנזישער הבֿרה (האַוואָרע — אַרויסרעד, אויסשפּראַך) בײַם תּורה־לייענען צי בײַם מאַכן אַ ברכה? אויב יאָ, פֿאַרבעט איך אײַך צו אונדז אין שיל, וועט איר קענען הנאה האָבן פֿון אַ באמת זעלטן־שיינעם אַשכּנזישן תּורה־לייענען. געסט פֿרעגן אַ מאָל בײַ אונדזער בעל־קורא, פֿאַר וואָס לייענט ער גראָד אויף אַשכּנזיש. אייניקע האָבן אַפֿילו געמיינט, אַז אַזאַ אַרויסרעד איז שוין געבליבן בלויז בײַ חרדים. און אָט טרעפֿט מען אים גאָר אין אַ שיינער און מאָדערנער אָרטאָדאָקסישער שיל וווּ מען שרעקט זיך גראָד ניט צו בײַטן דאָ און דאָרט דעם נוסח־התּפֿילה. דער בעל־קורא דערקלערט דעם גאַסט, אַז אָט דעם נוסח האָט ער נאָך ווי גירסא־דינקותא פֿון אַ זיידן און אַז "מינהג אַבותינו בידינו", האָט ער אַ חובֿ אויפֿצוהיטן דעם אוצר וואָס דער זיידע האָט אים פֿאַרטרויט.

אָבער ניט דאָס בין איך אויסן. אויסן בין איך אייגנטלעך דאָס וואָס עס מאַכט זיך הײַנטיקע צײַטן אַ סך אָפֿטער ווי מען וואָלט געקענט פֿאַרויסזאָגן מיט אַ דור צוריק, אַז דער זעלבער יונגער בעל־קורא וואָס האָט ערשט ניט לאַנג צוריק געדאַוונט און "געלייענט" אויף ספֿרדיש וויל איצט רק, און נאָר אַלץ טאָן אויף אַשכּנזיש און אַז זײַנס גלײַכן אין עלטער (אייגנטלעך: אין יונגקייט) פֿאַרשטייען דאָס אַ סך בעסער און זענען דערמיט אַ סך אָפֿטער מסכּים ווי די אַלטע באַלעבאַטים פֿון דער שיל. אויף אַשכּנזיש, טענהן זיי, איז ייִדישלעכער, פֿרומער, דבֿיקותדיקער. אַלע רעדן זיי צווישן זיך עבֿרית, אָט די יונגעלײַטשיקלעך, און ענגליש אויך ווען ס'פֿאַרגלוסט זיך זיי, נאָר דאַווענען, לייענען און לערנען גלוסט זיך זיי דווקא אויף אַשכּנזיש, ווײַל דאָס דערמאָנט זיי אין דער ישיבֿה און אין דער גמרא־חבֿרותא וווּ זיי האָבן פֿאַרבראַכט טאָג און נאַכט ערשט נעכטן־אייערנעכטן.

בײַ עלטערע פֿון זיי מיט אַ דור־צוויי וואָלט דאָס אַלץ געקענט זײַן פֿאַרבונדן מיט זכרונות פֿון מיזרח־אייראָפּע. אָבער טאַקע וועגן דעם רעד איך, ווײַל אָט די יונגעלײַטשיקלעך זענען פּאָלנער ארץ־ישׂראלדיקע (פּונקט ווי זייערס־גלײַכן אין אַמעריקע זענען פּאָלנע אַמעריקאַנער) און זייער אויסקלײַב דווקא די הבֿרה־אַשכּנזית, אין אַ וועלט וווּ אַן אַנדער הבֿרה איז דאָמינאַנט, ווײַזט אפֿשר אָן מער אויפֿן עתיד וועגן וועלכן זיי חלומען ווי אויפֿן עבֿר זייערן צי אַפֿילו אויפֿן הווה.

שאלות און תּשובֿות

אין אָט דער וועלט, וועגן וועלכער איך רעד הײַנט, פֿירט זיך, אַז וועגן וויכטיקע ענינים אינעם שטח פֿון ייִדישקייט און אָפּגעהיטנקייט פֿרעגט מען אַ שאלה בײַ אַ רבֿ וואָס שווימט אַרום אינעם ים פֿון תּלמוד ווי אַ פֿיש אין וואַסער. און אַזוי ווי אַזעלכע שאלות האָט מען שוין געפֿרעגט (צי מעג מען בײַטן די הבֿרה פֿונעם לערנען צי פֿונעם דאַווענען און בפֿרהסיה אָננעמען אַ הבֿרה וואָס גייט זיך פֿונאַנדער אויף שריט און טריט מיט דער הבֿרה פֿונעם ציבור?), קען מען דערוואַרטן, אַז דער נײַער פּוסק וועט געפֿינען אַ נישקשהדיקע "ליטעראַטור" אויף וועלכער זיך צו פֿאַררופֿן. און אַזוי איז טאַקע. נאָר דער חילוק איז דער, וואָס דער פֿריִערדיקער בײַט איז געווען אין דער פֿאַרקערטער ריכטונג (דאָס הייסט, פֿון אַשכּנזיש אויף ספֿרדיש).

אליעזר בן־יהודה

ווי עס באַווײַזט אַ נײַע פֿאָרשונג אין בר־אילן אוניווערסיטעט, איז דער לחתּחילהדיקער בײַט געווען פֿאַרבונדן מיט חלוקי־דעות. ווי באַוווּסט, האָט אליעזר בן יהודה, דער פֿאַרשמטער לעקסיקאָלאָג און שפּראַך־פּלאַנירער וועלכער איז געווען אַ צענטראַלע (און אפֿשר גאָר די צענטראַלע) פֿיגור אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט בײַ דער באַוועגונג צוריק אויפֿצולעבן דאָס העברעיִשע לשון און עס צוצופּאַסן צום מאָדערנעם טאָג־טעגלעכן לעבן, קיין רבֿ ניט געווען. ער אַליין האָט געפּסקנט (און מיט עטלעכע יאָר שפּעטער האָט דער "ועד הלשון" — וואָס בן־יהודה האָט אים מיט עטלעכע יאָר פֿריִער געהאַט געשאַפֿן — מיט אים פֿולשטענדיק מסכּים געווען), אַז דאָס נײַ־גערעדטע עבֿרית אין פּאַלעסטינע זאָל זיך האַלטן בײַ דער ספֿרדישער הבֿרה. בן־יהודה האָט באַקרעפֿטיקט זײַן החלטה מיט צוויי ראַיות: ערשטנס, איז די ספֿרדישע הבֿרה בײַ אים אין די אויגן געווען די שענערע און, צווייטנס, זענען די מערהייט ייִדן אין פּאַלעסטינע געווען ספֿרדים און דאָס אײַנוויליקן ממש צו רעדן אויף דער גאַס מיט דער זעלבער הבֿרה אויף וועלכער זיי דאַווענען בײַ זיך אין שיל וועט פֿאַר זיי זײַן אי גרינגער, אי שנעלער, אי מיט ווייניקער טעותן.

רעפֿאָרמער, משׂכּילים און ציוניסטן

אויך אַנדערע צדדים האָבן אויסגעדריקט זייערע מיינונגען בנוגע אָט דעם ענין מיט וועלכן די ייִדישע יוגנט איז געווען פֿאַרנומען ביז איבערן קאָפּ. די רעפֿאָרמער האָבן געוואָלט אי פּטור ווערן פֿון די לאָקאַלע ייִדישע לשונות (דער עיקר ייִדיש) און זיך אָפּגעבן מיט אויסלערנען ווי צו רעדן, לייענען און שרײַבן אויף די רעגירונג־לשונות, דער עיקר דײַטשיש און רוסיש. משׂכּילים האָבן ס'רובֿ געוואָלט "דעם ביבלישן מין העברעיִש", אַ געלײַטערטן, ניט דעם אָנגענומענעם לשון־קודש, וואָס האָט זיך געשטיצט אויף רבנישע און תּלמודישע מקורים און איז ניט געווען צוגעפּאַסט פֿאַר מאָדערנער און וועלטלעכער טעמאַטיק. די וואַקסנדיקע צאָל ציוניסטן זענען אייגנטלעך געשטאַנען ניט ווײַט פֿון די אַנדערע צוויי ריכטונגען; מער ניט, וואָס זיי האָבן דער עיקר געשטרעבט אַז דער נײַער העברעיִש זאָל אויך זײַן די רעדשפּראַך וואָס זאָל מיט דער צײַט פֿאַראייניקן ייִדן איבער דער גאָרער וועלט. אָט די אַלע דרײַ ריכטונגען האָבן זיך ניט נאָר געשטעלט קעגן ייִדיש נאָר קעגן דעם "היימישן" רבנישן לשון־קודש, מיט זײַן מליצה, מיט זײַנע "למשלס", מיט זײַנע כּסדרדיקע ציטאַטן פֿון די ספֿרי־קדושה און מיט אַנדערע פֿאַרעלטערטע רבנישע רעטאָרישע שטריכן. ייִדן דאַרפֿן ווערן אַן איינשפּראַכיק פֿאָלק, "ווי אַלע מאָדערנע אייראָפּעיִשע פֿעלקער, האָבן זיי אַלע געטענהט". די אָרטאָדאָקסיע האָט זיך אָבער קעגנגעשטעלט אַ שפּראַכיקן יד־אַחת מיט די אַנדערע דרײַ הויפּט־ריכטונגען און דער עיקר איז איר געגאַנגען ניט אַזוי אין ייִדיש ווי אינעם לשון־קודש פֿון רבנישע בריוו, מעשׂיות, אויפֿרופֿן, מוסר־ביכלעך און ציטאַטן מכּל־המינים פֿון די ספֿרי־קדושה.

די פֿרומע וועלט אין מיזרח־אייראָפּע

ד''ר מאַקס ווײַנרײַך ז''ל האָט מיט אונדז געלערנט נאָך אין די 40ער יאָרן וועגן דער אײַנגעשטעלטער "אינעווייניקסטער מערשפּראַכיקייט" בײַ ייִדישע למדנים אין מיזרח־אייראָפּע. נאָך איידער די מאָדערנע צײַטן זײַנען אָנגעקומען (אַן ערך נאָך נאַפּאָלעאָנען) און ייִדן האָבן זיך גענומען לערנער די גוייִשע "לאַנדשפּראַכן", זענען זיי שוין געווען מערשפּראַכיק באַזירט אין גאַנצן אויף זייערע ייִדישע לשונות: ייִדיש, העברעיִש פֿון די ספֿרי־קדושה ממש, און דעם לשון־קודש פֿון דער רבנישער ליטעראַטור. הייסט עס, אַז פֿאַר זיי איז העברעיִש און לשון־קודש לגמרי ניט געווען איינס און דאָס זעלבע און אייניקע האָבן זיך זייער אָפּגעגעבן מיט אויפֿהיטן די באַזונדערע פֿונקציעס און הבֿרות (אי אין די תּפֿוצות אי אין ארץ־ישׂראל). דער אונטערשייד אין הבֿרה צווישן זיי ביידן איז געווען אַן אידעאָלאָגישער ענין, וואָס האָט זיך זייער געוואָרפֿן אין די אויגן און איז אָפֿט געווען פֿאַרבונדן מיט אַזעלכע עיקר־פּרינציפּן ווי אָנערקענען די מלוכה גופֿא.

די הבֿרה פֿון ייִדישקייט

בײַ אַשכּנזישע רבנים און גדולי־התּורה איז געווען פֿאַרשפּרייט די מיינונג, אַז די הבֿרה פֿון זייער לשון־קודש (וואָס איז אייגנטלעך געווען אידענטיש צו דער הבֿרה פֿון זייער ייִדיש) איז ניט נאָר שענער ווי די הבֿרה פֿונעם ספֿרדישן לשון־קודש און פֿונעם ספֿרדישן גערעדטן העברעיִש, נאָר אַז דער אַשכּנזישער אַרויסרעד איז אויך דער ריכטיקערער, ווײַל פּונקט ווי ער פֿאַרמאָגט זעקס פֿאַרשיידענע נקודות פֿאַר די וואָקאַלן פֿאַרמאָגט ער אויך זעקס פֿאַרשיידענע אַרויסרעדן, אַן אַנדערן פֿאַר יעדער נקודה. די ספֿרדים, פֿון דער אַנדערער זײַט, פֿאַרמאָגן בלויז פֿיר פֿאַרשיידענע וואָקאַלן־קלאַנגען, אַזוי אַז צוויי פֿון די זעקס וואָקאַלן־סימנים רעדן זיי אַרויס פּונקט ווי אַנדערע צוויי נקודות (דעם קמץ רעדן זיי אַרויס פּונקט ווי דעם פּאַסעך און די צירה רעדן זיי אַרויס פּונקט ווי דעם סגל). אַ חוץ דעם פֿאַרמאָגן די ספֿרדים עטלעכע גאָרגל־קלאַנגען, וואָס ניט נאָר פֿאַרמאָגן זיי די אַשכּנזים בכלל ניט און דערוואַקסענערהייט קענען שוין די אַשכּנזים בכלל זיך ניט אויסלערנען זיי אַרויסצורעדן. דעריבער, ווען אַשכּנזים ווילן שוין אַפֿילו זיך באַמיִען און דאַווענען צי לייענען אויף ספֿרדיש קענען זיי נאָך אַ געוויסן עלטער דאָס פּשוט ניט טאָן און עס קלינגט בײַ זיי אין די מײַלער פֿרעמד און ניט נאַטירלעך. בײַ ספֿרדים אין די אויערן קלינגט דער ספֿרדישער לשון־קודש פּונקט ווי ס'קלינגט דער וועלטלעכער ספֿרדישער עבֿרית, אָן קיין שום סימנים פֿון הייליקייט, וואָס ספֿרדים גופֿא דערהערן און דערפֿילן יאָ אין זייער לשון־קודש. דאָס אַלץ האָבן נאָך באַמערקט די מיטלעלטערלעכע בעלי־הניקוד פֿון טבֿיריה.

אידעאָלאָגיע און אמונה

דער באַרימטער הרבֿ אַבֿרהם־יצחק קוק, דער ערשטער אַשכּנזישער הויפּט־רבֿ פֿונעם בריטישן מאַנדאַט איבער פּאַלעסטינע און דער גײַסטיקער מנהיג פֿון דער רעליגיעזער ציוניסטישער באַוועגונג, און הרבֿ ד. ווײַס, דער פֿירער פֿון דער עקסט־פֿרומער "עדה החרדית" און שטאַרקער קעגנער פֿון ציוניזם, האָבן ביידע געהאַלטן, אַז ייִדן וואָס האָבן ביז איצט תּמיד געדאַוונט אויף אַשכּנזיש טאָרן שוין איצט ניט אַריבער פֿון דער אַשכּנזישער אויף דער ספֿרדישער הבֿרה. ערשטנס, ווײַל דער דוחק אין ספֿרדישע וואָקאַלן מאַכט קאַליע דאָס לשון זייערס, און צווייטנס, ווײַל עס פֿירט אין דער ריכטונג פֿון פֿאַרוועלטלעכונג. הרבֿ יצחק הערצאָג דערמאָנט, אַז די חסידישע באַוועגונג אין מיזרח־אייראָפּע גופֿא איז נאָך אין 18טן יאָרהונדערט אַריבער בײַם דאַווענען אויפֿן ספֿרדישן נוסח און, צווייטנס, פֿאַרמאָגט ניט דער נוסח־אַשכּנז קיין חילוק צווישן "א" און "ע" אָדער, למשל, צווישן "שׂ" און "ס" (און בײַ אייניקע ליטוואַקעס, צווישן, "שׁ" און "שׂ"). פֿאָרט אָבער, כאָטש ער איז גאַנץ פּאָזיטיוו צו דער ספֿרדישער הבֿרה, קען ער ניט פֿאַרגעסן, אַז די ערשטע צו פֿאַרלאָזן די אַשכּנזישע הבֿרה לטובֿת דער ספֿרדישער, זענען געווען די דײַטשישע רעפֿאָרמערס. הערצאָג איז געווען גאָר שטאַרק קעגן יעדן שינוי וואָס קען העלפֿן פֿאַרשפּרייטן דעם "סם פֿון רעפֿאָרם". די חסידים האָבן מיט זייער שינוי געמיינט זיך צו דערנענטערן צו די מיטלעלטערלעכע מיסטיקער פֿון צפֿת, להיפּוך צו די רעפֿאָרמערס, וואָס האָבן גאָר געמיינט אָפּצושוואַכן די ייִדישע טראַדיציע.

צום סוף וויל איך ברענגען די מיינונג פֿונעם באַרימטן אַמעריקאַנער פּוסק, הרבֿ משה פֿײַנשטיין. ער האָט געהאַלטן, אַז יעדער בײַט איז געפֿערלעך און אָסור, אָבער ער האָט אויך באַמעקט (ווי ס'האָט שוין פֿון פֿריִער געהאַט געטאָן הרבֿ הערצאָג), אַז ס'איז אייגנטלעך ניט בנימצא קיין איינהייטלעכע אַשכּנזישע הבֿרה. די פּוילישע, ליטווישע און אונגאַרישע ייִדן רעדן אַנדערש אַרויס פֿאַרשיידענע וואָקאַלן אין זייער לשון־קודש. אויב מען כּשרט זיי אַלע בײַם דאַווענען צי בײַם לייענען דאַרף דאָך דער ספֿרדישער אַרויסרעד זײַן פּונקט אַזוי לעגיטים. אַזוי אַרום איז הרבֿ פֿײַנשטיינס אויספֿיר, אַז אַלע אַרויסרעדן פֿון העברעיִש זענען גלײַך גילטיק פֿאַר זייער אייגענעם ציבור. הרבֿ פֿײַנשטיינס פּלוראַליסטישער אויספֿיר איז זיכער בהסכּם מיט דער מאָדערנער סאָציאָלינגוויסטיק. סוף־כּל־סוף, איז אָבער אויך יושרדיק זײַן אויספֿיר אַז ס'איז פֿאָרט אָסור צו בײַטן די הבֿרה פֿאַר אַ גאַנצן מנין. דאָס איז כּדאַי די, וועמען עס איז פֿרעמד אַ געוויסע הבֿרה זאָלן קענען זײַן זיכער, אַז כאָטש בײַ זיך אין דער אייגענער שיל וועלן זיי קענען געפֿינען די הבֿרה וואָס צו איר זענען זיי צוגעוווינט. נאָר "וווּ שטייט עס געשריבן" אַז שאלות ותּשובֿות דאַרפֿן נאָך זײַן יושרדיק אויך?

פּלוראַליזם און מאָניזם אינעם אַרויסרעד פֿון העברעיִש

דאָרטן וווּ עס גילט די מיינונג, אַז איין הבֿרה איז בעסער, שענער, אָדער עלטער צי חשובֿער ווי די אַנדערע, קען דער גאַנצער ענין צעבלאָזן ווערן ווי ניט נאָר אַן ענין פֿון אַנדערשקייט און לאָקאַלע אויטענטישקייט נאָר ווי אַן ענין פֿון קאָנקורענץ און צעקריגטקייט בײַ וועלכן בלויז איין צד קען זײַן גערעכט. אייניקע וועלן אפֿשר האַלטן, אַז דאָס איז אַ מלחמת־לשם־שמים, נאָר אַנדערע וועלן גאָר מיינען אַז דער זעלבער ייִדישער פּלוראַליזם וואָס מען געפֿינט כּסדר אין פֿאַרבינדונג מיט יעדן ייִדישן ענין, מיט יעדער ייִדישער שאלה און מיט יעדער רבנישער תּשובֿה, געפֿינט מען אויך בשײַכות מיטן ענין הבֿרה. עס איז מסתּמא קיין מאָל ניט געווען קיין עפּאָכע ווען עס האָט עקזיסטירט בלויז איין מין העברעיִש מיט בלויז איין מין הבֿרה. אויב יאָ, וואָלטן דאָך זיכער געווען גרענעץ־געביטן וווּ די צוויי טרעפֿן זיך איינער מיטן אַנדערן. דעמאָלט וואָלטן אויפֿגעקומען סטערעאָטיפּן (אַזוי ווי ס'טרעפֿט אַלע מאָל בײַ שפּראַך און דיאַלעקט־גרענעצן), וועגן די וואָס רעדן "אַזוי" און יענע וואָס רעדן "אַנדערש" און דאָס "אַנדערשדיקע" באַקומט זיך דעראונטערדיק.

בײַ טייל פֿרומע יונגעלײַט האָט זיך לעצטנס אויסגעברייטערט דער סטערעאָטיפּ פֿון די וואָס דאַווענען ("לייענען" די פּרשה צי די הפֿטורה) אויף דער אַשכּנזישער הבֿרה. פּונקט ווי ס'מערקט זיך שוין לאַנג, אַז ספֿרדישע עלטערן ווילן שיקן זייערע זין זיך לערנען דווקא אין די אָנגעזעענסטע אַשכּנזישע ישיבֿות, ווײַל יענע האָבן זיך קונה־שם געווען מיטן טיפֿן למדות פֿון זייערע תּלמידים (וואָס איז אויך אַ סגולה צו גוטע שידוכים). פּונקט אַזוי האַלטן אייניקע פֿון יענע פֿרומע יונגעלײַט אַז ס'איז בעסער, דבֿקותדיקער, ייִדישלעכער צו "לערנען" און צו "לייענען" אויף דער אַשכּנזישער הבֿרה. און אַפֿשר איז דאָס גאָר צוליב דעם וואָס די אַשכּנזישע הבֿרות זענען דאָך אַלע אַנדערשדיקער פֿונעם טאָגטעגלעכן ("וועלטלעכן"') העברעיִש פֿון דער ישׂראלדיקער שוסטערגאַס?

וואָס קען דאָס שאַטן? אויב דאָס בילד וועט זיך סטאַביליזירן אויף אַזאַ אופֿן (ס'איז נאָך צו פֿרי דאָס פֿאָראויסצוזאָגן אויף געוויס און קיין ספֿרדישע פּוסקים האָט מען דערווײַל, פֿאַרשטייט זיך, אין אָט דעם ענין ניט אַרײַנגעצויגן), וועלן ישׂראלים פֿאַרמאָגן צוויי "לשונות" (אַזוי ווי די ייִדן אין די תּפֿוצות, נעבעך), איינע פֿאַר זייער וועלטלעכקייט און די אַנדערע, פֿאַר זייער ייִדישקייט. די געשיכטע חזרט זיך איבער?!